אידיש
1
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שוֹשַנים-עדות; פֿון אָסָפֿן אַ מזמור.
2
דו פּאַסטוך פֿון ישׂראל, פֿאַרנעם; דו װאָס פֿירסט אַזױ װי שאָף יוסף, דו װאָס זיצסט איבער די כּרובֿים, שײַן אַרױס.
3
פֿאַרױס פֿאַר אפֿרַיִם און בנימין און מנשה דערװעק דײַן גבֿורה, און קום אונדז צו הילף.
4
גאָט, ריכט אונדז װידער אױף, און דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.
5
יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות, ביז װאַנען װעסטו צערענען אױף דער תּפֿילה פֿון דײַן פֿאָלק?
6
האָסט זײ געשפּײַזט מיט ברױט פֿון טרערן, און זײ געמאַכט טרינקען עמערסװײַז טרערן.
7
מאַכסט אונדז צום גערײד בײַ אונדזערע שכנים, און אונדזערע שָׂונאים לאַכן זיך אָן.
8
גאָט פֿון צבֿאות, ריכט אונדז װידער אױף, און דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.
9
אַ װײַנשטאָק האָסטו אַרױסגעצױגן פֿון מצרַיִם, האָסט פֿאַרטריבן פֿעלקער, און אים אײַנגעפֿלאַנצט.
10
האָסט אָפּגעראַמט פֿאַר אים, און ער האָט אײַנגעװאָרצלט זײַנע װאָרצלען, און אָנגעפֿילט דאָס לאַנד.
11
די בערג זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן פֿון זײַן שאָטן, און זײַנע צװײַגן זײַנען געװען צעדערן פֿון גאָט.
12
ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַנע ריטער ביז צום ים, און ביז צום טײַך זײַנע שפּראָצן.
13
פֿאַר װאָס האָסטו צעבראָכן זײַנע צאַמען, אַז אַלע װעגגײער זאָלן אים אַרומקלײַבן?
14
דער חזר פֿון װאַלד פֿרעסט אים אָפּ, און די װידמענונג פֿון פֿעלד פֿיטערט זיך אױף אים.
15
גאָט פֿון צבֿאות, קער זיך אום, איך בעט דיך, לוג פֿון הימל און זע, און גיב אַכט אױפֿן דאָזיקן װײַנשטאָק,
16
און באַפֿעסטיק דאָס װאָס דײַן רעכטע האָט אײַנגעפֿלאַנצט, און דערהײב דעם צװײַג װאָס דו האָסט דיר אױסדערװײלט.
17
ער איז פֿון פֿײַער פֿאַרברענט, ער איז אָפּגעשניטן; פֿון דעם בײזער פֿון דײַן פּנים גײען זײ אונטער.
18
זאָל דײַן האַנט זײַן אױף דעם מאַן פֿון דײַן רעכטער האַנט, אױף דעם מענטשנקינד װאָס דו האָסט דיר אױסדערװײלט,
19
אַז מיר זאָלן זיך ניט אָפּקערן פֿון דיר; זאָלסט אונדז אױפֿלעבן, אַז מיר רופֿן דײַן נאָמען.
20
יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות, ריכט אונדז װידער אױף, דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.