אידיש
1
אַ מזמור פֿון אָסָפֿן. גאָט, פֿעלקער זײַנען געקומען אין דײַן אַרב; זײ האָבן פֿאַראומרײניקט דײַן הײליקן טעמפּל, זײ האָבן געמאַכט ירושלים פֿאַר הױפֿנס.
2
זײ האָבן געגעבן די טױטע לײַבער פֿון דײַנע קנעכטפֿאַר שפּײַז צו דעם פֿױגל פֿון הימל, דאָס פֿלײש פֿון דײַנע פֿרומע צו דער חיה פֿון דער ערד.
3
זײ האָבן פֿאַרגאָסן זײער בלוט אַזױ װי װאַסער, אַרום ירושלים, און ניט געװען קײן באַגרעבער.
4
מיר זײַנען געװאָרן אַ חרפּה בײַ אונדזערע שכנים, אַ געלעכטער און אַ שפּאָט בײַ אונדזערע אַרומיקע.
5
ביז װאַנען גאָט װעסטו צערענען נאָכאַנאַנד? װעט ברענען װי פֿײַער דײַן צאָרן?
6
גיס אױס דײַן גרימצאָרן אױף די פֿעלקערװאָס קענען דיך ניט, און אױף די קיניגרײַכןװאָס רופֿן ניט דײַן נאָמען.
7
װאָרום מע האָט אױפֿגעגעסן יעקבֿ, און זײַן װױנונג האָבן זײ פֿאַרװיסט.
8
זאָלסט אונדז ניט דערמאָנען די זינד פֿון די פֿריִערדיקע, גיך זאָל אונדז אַנטקעגנקומען דײַן דערבאַרימונג, װאָרום מיר זײַנען געפֿאַלן זײער.
9
שטײ אונדז בײַ, גאָט פֿון אונדזער הילף, צוליב דעם כּבֿוד פֿון דײַן נאָמען, און זײַ אונדז מציל, און זײַ מכפּר אױף אונדזערע זינד, פֿון װעגן דײַן נאָמען.
10
נאָך װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער: אַװוּ איז זײער גאָט? זאָל באַװוּסט װערן צװישן די פֿעלקער פֿאַר אונדזערע אױגןדי נקמה פֿאַר דעם פֿאַרגאָסענעם בלוט פֿון דײַנע קנעכט.
11
זאָל קומען פֿאַר דיר דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם, לױט דער גרױסקײט פֿון דײַן אָרעם לאָז לעבן די אָנגעברײטע צום טױט,
12
און קער אום אונדזערע שכנים זיבנפֿאַכיק אין זײער בוזעם, זײער לעסטערונג װאָס זײ האָבן דיך געלעסטערט, גאָט.
13
און מיר, דײַן פֿאָלק, און די שאָף פֿון דײַן פֿיטערונג, װעלן דיר דאַנקען אױף אײביק, אױף דָור-דורות װעלן מיר דערצײלן דײַן לױב.