Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; פֿון אָסָפֿן אַ מזמור. 2 מײַן קָול איז צו גאָט, און איך שרײַ, מײַן קָול איז צו גאָט, און פֿאַרנעם צו מיר. 3 אין טאָג פֿון מײַן נױט זוך איך גאָט, מײַן האַנט איז אױסגעשטרעקט בײַ נאַכט אָן אױפֿהער, מײַן זעל װיל זיך ניט טרײסטן. 4 אַז איך דערמאָן זיך, גאָט, טו איך ברומען, איך קלאָג, און מײַן געמיט פֿאַרגײט זיך. סֶלָה. 5 דו האַלטסט צו די ברעמען פֿון מײַנע אױגן; איך בין צערודערט און קען ניט רעדן. 6 איך טראַכט אָן די טעג פֿון אַ מאָל, אָן די יאָרן פֿון פֿאַרצײַטן. 7 איך דערמאָן זיך מײַן געזאַנג בײַ נאַכט, איך רעד מיט מײַן האַרצן, און עס פֿאָרשט מײַן גײַסט: 8 װעט אױף אײביק גאָט פֿאַרלאָזן, און װעט מער ניט באַװיליקן װידער? 9 איז אױסגעגאַנגען אױף אײביק זײַן חֶסד? איז דער צוזאָג געענדיקט אױף דָור-דורות? 10 האָט פֿאַרגעסן צו לײַטזעליקן גאָט? צי האָט ער אין צאָרן פֿאַרשלאָסן זײַן רַחמָנות? סֶלָה. 11 און איך זאָג: דאָס איז מײַן װײטאָג, װאָס געביטן האָט זיך די רעכטע האַנט פֿון אױבערשטן. 12 איך דערמאָן די אױפֿטוען פֿון גאָט, יאָ, איך דערמאָן דײַנע װוּנדער פֿון פֿאַרצײַטן. 13 און איך טראַכט אָן אַל דײַן װערק, און אָן דײַנע טוּונגען טו איך קלערן. 14 גאָט, אין הײליקײט איז דײַן װעג; װער איז אַ גרױסער גאָט װי גאָט? 15 דו ביסט דער גאָט װאָס טוט װוּנדער, האָסט געלאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער דײַן שטאַרקײט. 16 האָסט אױסגעלײזט מיטן אָרעם דײַן פֿאָלק, די קינדער פֿון יעקבֿ און יוסף. סֶלָה. 17 געזען האָבן דיך די װאַסערן, גאָט, געזען האָבן דיך די װאַסערן, האָבן זײ װײען געקריגן, און געציטערט האָבן די תּהומען. 18 געפֿלײצט װאַסער האָבן די װאָלקנס, אַ קָול האָבן אַרױסגעלאָזט די הימלען, און דײַנע פֿײַלן זײַנען אומגעלאָפֿן. 19 דער קָול פֿון דײַן דונער איז געװען אין דעם װירבל-װינט, בליצן האָבן באַלוכטן די װעלט, געציטערט און געשטורעמט האָט די ערד. 20 דורכן ים איז געװען דײַן װעג, און דײַן שטעג דורך װאַסערן גרױסע, און דײַנע טריט זײַנען ניט געמערקט געװאָרן. 21 האָסט געפֿירט אַזױ װי שאָף דײַן פֿאָלק, דורך דער האַנט פֿון משהן און אַהרֹנען.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֥חַ עַֽל־ידיתון לְאָסָ֥ף מִזְמֽוֹר׃ 2 קוֹלִ֣י אֶל־אֱלֹהִ֣ים וְאֶצְעָ֑קָה קוֹלִ֥י אֶל־אֱ֝לֹהִ֗ים וְהַאֲזִ֥ין אֵלָֽי׃ 3 בְּי֥וֹם צָרָתִי֮ אֲדֹנָ֪י דָּ֫רָ֥שְׁתִּי יָדִ֤י לַ֣יְלָה נִ֭גְּרָה וְלֹ֣א תָפ֑וּג מֵאֲנָ֖ה הִנָּחֵ֣ם נַפְשִֽׁי׃ 4 אֶזְכְּרָ֣ה אֱלֹהִ֣ים וְאֶֽהֱמָיָ֑ה אָשִׂ֓יחָה וְתִתְעַטֵּ֖ף רוּחִ֣י סֶֽלָה׃ 5 אָ֭חַזְתָּ שְׁמֻר֣וֹת עֵינָ֑י נִ֝פְעַ֗מְתִּי וְלֹ֣א אֲדַבֵּֽר׃ 6 חִשַּׁ֣בְתִּי יָמִ֣ים מִקֶּ֑דֶם שְׁ֝נ֗וֹת עוֹלָמִֽים׃ 7 אֶֽזְכְּרָ֥ה נְגִינָתִ֗י בַּ֫לָּ֥יְלָה עִם־לְבָבִ֥י אָשִׂ֑יחָה וַיְחַפֵּ֥שׂ רוּחִֽי׃ 8 הַֽ֭לְעוֹלָמִים יִזְנַ֥ח אֲדֹנָ֑י וְלֹֽא־יֹסִ֖יף לִרְצ֣וֹת עֽוֹד׃ 9 הֶאָפֵ֣ס לָנֶ֣צַח חַסְדּ֑וֹ גָּ֥מַר אֹ֝֗מֶר לְדֹ֣ר וָדֹֽר׃ 10 הֲשָׁכַ֣ח חַנּ֣וֹת אֵ֑ל אִם־קָפַ֥ץ בְּ֝אַ֗ף רַחֲמָ֥יו סֶֽלָה׃ 11 וָ֭אֹמַר חַלּ֣וֹתִי הִ֑יא שְׁ֝נ֗וֹת יְמִ֣ין עֶלְיֽוֹן׃ 12 אזכיר מַֽעַלְלֵי־יָ֑הּ כִּֽי־אֶזְכְּרָ֖ה מִקֶּ֣דֶם פִּלְאֶֽךָ׃ 13 וְהָגִ֥יתִי בְכָל־פָּעֳלֶ֑ךָ וּֽבַעֲלִ֖ילוֹתֶ֣יךָ אָשִֽׂיחָה׃ 14 אֱ֭לֹהִים בַּקֹּ֣דֶשׁ דַּרְכֶּ֑ךָ מִי־אֵ֥ל גָּ֝ד֗וֹל כֵּֽאלֹהִֽים׃ 15 אַתָּ֣ה הָ֭אֵל עֹ֣שֵׂה פֶ֑לֶא הוֹדַ֖עְתָּ בָעַמִּ֣ים עֻזֶּֽךָ׃ 16 גָּאַ֣לְתָּ בִּזְר֣וֹעַ עַמֶּ֑ךָ בְּנֵי־יַעֲקֹ֖ב וְיוֹסֵ֣ף סֶֽלָה׃ 17 רָ֘א֤וּךָ מַּ֨יִם אֱ‍ֽלֹהִ֗ים רָא֣וּךָ מַּ֣יִם יָחִ֑ילוּ אַ֝֗ף יִרְגְּז֥וּ תְהֹמֽוֹת׃ 18 זֹ֤רְמוּ מַ֨יִם עָב֗וֹת ק֭וֹל נָתְנ֣וּ שְׁחָקִ֑ים אַף־חֲ֝צָצֶ֗יךָ יִתְהַלָּֽכוּ׃ 19 ק֤וֹל רַעַמְךָ֨ בַּגַּלְגַּ֗ל הֵאִ֣ירוּ בְרָקִ֣ים תֵּבֵ֑ל רָגְזָ֖ה וַתִּרְעַ֣שׁ הָאָֽרֶץ׃ 20 בַּיָּ֤ם דַּרְכֶּ֗ךָ ושביליך בְּמַ֣יִם רַבִּ֑ים וְ֝עִקְּבוֹתֶ֗יךָ לֹ֣א נֹדָֽעוּ׃ 21 נָחִ֣יתָ כַצֹּ֣אן עַמֶּ֑ךָ בְּֽיַד־מֹשֶׁ֥ה וְאַהֲרֹֽן׃