Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; אַ מזמור פֿון אָסָפֿן, אַ געזאַנג. 2 מיר לױבן דיך, גאָט, מיר לױבן, און נאָנט איז דײַן נאָמען; מע דערצײלט דײַנע װוּנדער. 3 ״אַז איך נעם אַ צײַט, טו איך משפּטן מיט יושר. 4 מעגן זיך װאַקלען די ערד און אַלע אירע באַװױנער, איך טו באַפֿעסטיקן אירע זײַלן. סֶלָה. 5 איך זאָג צו די מוטװיליקע: איר זאָלט ניט מוטװיליקן, און צו די רשָעים: איר זאָלט ניט אױפֿהײבן דעם האָרן. 6 איר זאָלט ניט אױפֿהײבן אין דער הײך אײַער האָרן, ניט רעדן מיט אַ פֿאַרשײַטן האַלדז. 7 װאָרום ניט פֿון מזרח אָדער פֿון מערבֿ, און ניט פֿון מדבר, קומט דערהײכונג. 8 נאָר גאָט איז דער ריכטער: דעם דערנידערט ער, און דעם דערהײכט ער. 9 װאָרום אַ כָּוס איז אין דער האַנט פֿון גאָט, מיט װײַן װאָס שױמט, מיט מישגעטראַנק פֿול, און ער גיסט אָן דערפֿון; בלױז די הײװן דערפֿון זופּן-טרינקעןאַלע רשָעים פֿון דער ערד. 10 אָבער איך װעל אײביק דערצײלן, איך װעל זינגען צום גאָט פֿון יעקבֿ. 11 און אַלע הערנער פֿון די רשָעים װעל איך אָפּהאַקן; דערהײכט װעלן װערן די הערנער פֿון די צדיקים.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֥חַ אַל־תַּשְׁחֵ֑ת מִזְמ֖וֹר לְאָסָ֣ף שִֽׁיר׃ 2 ה֘וֹדִ֤ינוּ לְּךָ֨ אֱ‍ֽלֹהִ֗ים ה֭וֹדִינוּ וְקָר֣וֹב שְׁמֶ֑ךָ סִ֝פְּר֗וּ נִפְלְאוֹתֶֽיךָ׃ 3 כִּ֭י אֶקַּ֣ח מוֹעֵ֑ד אֲ֝נִ֗י מֵישָׁרִ֥ים אֶשְׁפֹּֽט׃ 4 נְֽמֹגִ֗ים אֶ֥רֶץ וְכָל־יֹשְׁבֶ֑יהָ אָנֹכִ֨י תִכַּ֖נְתִּי עַמּוּדֶ֣יהָ סֶּֽלָה׃ 5 אָמַ֣רְתִּי לַֽ֭הוֹלְלִים אַל־תָּהֹ֑לּוּ וְ֝לָרְשָׁעִ֗ים אַל־תָּרִ֥ימוּ קָֽרֶן׃ 6 אַל־תָּרִ֣ימוּ לַמָּר֣וֹם קַרְנְכֶ֑ם תְּדַבְּר֖וּ בְצַוָּ֣אר עָתָֽק׃ 7 כִּ֤י לֹ֣א מִ֭מּוֹצָא וּמִֽמַּעֲרָ֑ב וְ֝לֹ֗א מִמִּדְבַּ֥ר הָרִֽים׃ 8 כִּֽי־אֱלֹהִ֥ים שֹׁפֵ֑ט זֶ֥ה יַ֝שְׁפִּ֗יל וְזֶ֣ה יָרִֽים׃ 9 כִּ֤י כ֪וֹס בְּֽיַד־יְהוָ֡ה וְיַ֤יִן חָמַ֨ר מָ֥לֵא מֶסֶךְ֮ וַיַּגֵּ֪ר מִ֫זֶּ֥ה אַךְ־שְׁ֭מָרֶיהָ יִמְצ֣וּ יִשְׁתּ֑וּ כֹּ֝֗ל רִשְׁעֵי־אָֽרֶץ׃ 10 וַ֭אֲנִי אַגִּ֣יד לְעֹלָ֑ם אֲ֝זַמְּרָ֗ה לֵאלֹהֵ֥י יַעֲקֹֽב׃ 11 וְכָל־קַרְנֵ֣י רְשָׁעִ֣ים אֲגַדֵּ֑עַ תְּ֝רוֹמַ֗מְנָה קַֽרְנ֥וֹת צַדִּֽיק׃