Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ באַטראַכטונג פֿון אָסָפֿן. פֿאַר װאָס, גאָט, האָסטו אונדז פֿאַרלאָזן אױף אײביק? פֿאַר װאָס ברענט דײַן צאָרן אױף די שאָף פֿון דײַן פֿיטערונג? 2 דערמאָן זיך אָן דײַן עדה װאָס דו האָסט אױסגעקױפֿט אַ מאָל, װאָס דו האָסט אױסגעלײזט צום שבֿט פֿון דײַן אַרב; אָן דעם באַרג צִיון װאָס דו האָסט אױף אים גערוט. 3 הײב אױף דײַנע טריט צו די אײביקע חורבֿות; אַלץ האָט צעבראָכן דער שׂונא אין הײליקטום. 4 דײַנע פֿײַנט האָבן געברילט אין מיטן פֿון דײַן זאַמלאָרט, זײערע צײכנס האָבן זײ אױפֿגעשטעלט פֿאַר צײכנס. 5 עס האָט זיך געדאַכט, װי מע װאָלט אױפֿהײבן אין דער הײךהעק אױפֿן געצװײַג פֿון אַ בױם. 6 און אָט האָבן זײ אירע געשניצן מיט אַנאַנדער, מיט אַ ברעכאײַזן און האַמערס צעהאַקט. 7 זײ האָבן אָנגעצונדן אין פֿײַער דײַן הײליקטום, צו דער ערד האָבן זײ פֿאַרשװעכט די װױנונג פֿון דײַן נאָמען. 8 זײ האָבן געזאָגט אין זײער האַרצן: לאָמיר זײ פֿאַרטיליקן אין אײנעם; זײ האָבן פֿאַרברענט אַלע זאַמלערטער פֿון גאָט אין לאַנד. 9 אונדזערע צײכנס זעען מיר ניט, ניטאָ מער קײן נבֿיא, און ניטאָ בײַ אונדז װער זאָל װיסן ביז װאַנען. 10 ביז װאַנען, גאָט, װעט לעסטערן דער פֿײַנט? װעט שענדן דער שׂונא דײַן נאָמען נאָכאַנאַנד? 11 פֿאַר װאָס האַלטסטו צוריק דײַן האַנט, דײַן רעכטע? צי זי אַרױס פֿון דײַן בוזעם, פֿאַרלענד. 12 גאָט איז דאָך מײַן קיניג פֿון אײביק אָן, ער טוט ישועות אין לאַנד. 13 דו האָסט צעברעקלט מיט דײַן שטאַרקײט דעם ים, האָסט צעבראָכן די קעפּ פֿון די שלענג אױפֿן װאַסער. 14 דו האָסט צעהאַקט די קעפּ פֿון לִויָתן, אים געגעבן פֿאַר שפּײַז צום פֿאָלק, צו מדבר-לײַט. 15 דו האָסט געשפּאָלטן קװאַלן און טײַכן, דו האָסט אױסגעטריקנט מאַכטיקע שטראָמען. 16 דײַן איז דער טאָג, דײַן אױך די נאַכט, דו האָסט אָנגעברײט לבֿנה און זון. 17 דו האָסט אױפֿגעשטעלט אַלע געמאַרקן פֿון דער ערד; זומער און װינטער, זײ האָסט דו באַשאַפֿן. 18 דערמאָן זיך אָן דעם, װי דער פֿײַנט האָט געלעסטערט גאָט, און דאָס נידערטרעכטיקע פֿאָלק האָט געשענדט דײַן נאָמען. 19 זאָלסט ניט איבערגעבן צו אַ חיה די זעל פֿון דײַן טורטלטױב, זאָלסט ניט פֿאַרגעסן אױף אײביק דאָס לעבן פֿון דײַנע אָרימע. 20 קוק זיך אום אױף דעם בונד, װאָרום די פֿינצטערע װינקלען פֿון דער ערדזײַנען פֿול מיט װױנונגען פֿון רױב. 21 זאָל דער געשלאָגענער זיך ניט אומקערן פֿאַרשעמט, זאָל דער אָרימאַן און דער אבֿיון לױבן דײַן נאָמען. 22 שטײ אױף, גאָט, קריג דײַן קריג, געדענק דײַן לעסטערונג פֿון דעם נידערטרעכטיקן אַ גאַנצן טאָג. 23 זאָלסט ניט פֿאַרגעסן דעם ליאַרעם פֿון דײַנע פֿײַנט, דעם טומל פֿון דײַנע קעגנשטײער װאָס גײט אױף נאָכאַנאַנד.
עברית
1 מַשְׂכִּ֗יל לְאָ֫סָ֥ף לָמָ֣ה אֱ֭לֹהִים זָנַ֣חְתָּ לָנֶ֑צַח יֶעְשַׁ֥ן אַ֝פְּךָ֗ בְּצֹ֣אן מַרְעִיתֶֽךָ׃ 2 זְכֹ֤ר עֲדָתְךָ֨ קָ֘נִ֤יתָ קֶּ֗דֶם גָּ֭אַלְתָּ שֵׁ֣בֶט נַחֲלָתֶ֑ךָ הַר־צִ֝יּ֗וֹן זֶ֤ה שָׁכַ֬נְתָּ בּֽוֹ׃ 3 הָרִ֣ימָה פְ֭עָמֶיךָ לְמַשֻּׁא֣וֹת נֶ֑צַח כָּל־הֵרַ֖ע אוֹיֵ֣ב בַּקֹּֽדֶשׁ׃ 4 שָׁאֲג֣וּ צֹ֭רְרֶיךָ בְּקֶ֣רֶב מוֹעֲדֶ֑ךָ שָׂ֖מוּ אוֹתֹתָ֣ם אֹתֽוֹת׃ 5 יִ֭וָּדַע כְּמֵבִ֣יא לְמָ֑עְלָה בִּֽסֲבָךְ־עֵ֝֗ץ קַרְדֻּמּֽוֹת׃ 6 ועת פִּתּוּחֶ֣יהָ יָּ֑חַד בְּכַשִּׁ֥יל וְ֝כֵֽילַפֹּ֗ת יַהֲלֹמֽוּן׃ 7 שִׁלְח֣וּ בָ֭אֵשׁ מִקְדָּשֶׁ֑ךָ לָ֝אָ֗רֶץ חִלְּל֥וּ מִֽשְׁכַּן־שְׁמֶֽךָ׃ 8 אָמְר֣וּ בְ֭לִבָּם נִינָ֣ם יָ֑חַד שָׂרְפ֖וּ כָל־מוֹעֲדֵי־אֵ֣ל בָּאָֽרֶץ׃ 9 אֽוֹתֹתֵ֗ינוּ לֹ֥א רָ֫אִ֥ינוּ אֵֽין־ע֥וֹד נָבִ֑יא וְלֹֽא־אִ֝תָּ֗נוּ יֹדֵ֥עַ עַד־מָֽה׃ 10 עַד־מָתַ֣י אֱ֭לֹהִים יְחָ֣רֶף צָ֑ר יְנָ֘אֵ֤ץ אוֹיֵ֖ב שִׁמְךָ֣ לָנֶֽצַח׃ 11 לָ֤מָּה תָשִׁ֣יב יָ֭דְךָ וִֽימִינֶ֑ךָ מִקֶּ֖רֶב חוקך כַלֵּֽה׃ 12 וֵ֭אלֹהִים מַלְכִּ֣י מִקֶּ֑דֶם פֹּעֵ֥ל יְ֝שׁוּע֗וֹת בְּקֶ֣רֶב הָאָֽרֶץ׃ 13 אַתָּ֤ה פוֹרַ֣רְתָּ בְעָזְּךָ֣ יָ֑ם שִׁבַּ֖רְתָּ רָאשֵׁ֥י תַ֝נִּינִ֗ים עַל־הַמָּֽיִם׃ 14 אַתָּ֣ה רִ֭צַּצְתָּ רָאשֵׁ֣י לִוְיָתָ֑ן תִּתְּנֶ֥נּוּ מַ֝אֲכָ֗ל לְעָ֣ם לְצִיִּֽים׃ 15 אַתָּ֣ה בָ֭קַעְתָּ מַעְיָ֣ן וָנָ֑חַל אַתָּ֥ה ה֝וֹבַ֗שְׁתָּ נַהֲר֥וֹת אֵיתָֽן׃ 16 לְךָ֣ י֭וֹם אַף־לְךָ֥ לָ֑יְלָה אַתָּ֥ה הֲ֝כִינ֗וֹתָ מָא֥וֹר וָשָֽׁמֶשׁ׃ 17 אַתָּ֣ה הִ֭צַּבְתָּ כָּל־גְּבוּל֣וֹת אָ֑רֶץ קַ֥יִץ וָ֝חֹ֗רֶף אַתָּ֥ה יְצַרְתָּם׃ 18 זְכָר־זֹ֗את א֭וֹיֵב חֵרֵ֣ף יְהוָ֑ה וְעַ֥ם נָ֝בָ֗ל נִֽאֲצ֥וּ שְׁמֶֽךָ׃ 19 אַל־תִּתֵּ֣ן לְ֭חַיַּת נֶ֣פֶשׁ תּוֹרֶ֑ךָ חַיַּ֥ת עֲ֝נִיֶּ֗יךָ אַל־תִּשְׁכַּ֥ח לָנֶֽצַח׃ 20 הַבֵּ֥ט לַבְּרִ֑ית כִּ֥י מָלְא֥וּ מַחֲשַׁכֵּי־אֶ֝֗רֶץ נְא֣וֹת חָמָֽס׃ 21 אַל־יָשֹׁ֣ב דַּ֣ךְ נִכְלָ֑ם עָנִ֥י וְ֝אֶבְי֗וֹן יְֽהַלְל֥וּ שְׁמֶֽךָ׃ 22 קוּמָ֣ה אֱ֭לֹהִים רִיבָ֣ה רִיבֶ֑ךָ זְכֹ֥ר חֶרְפָּתְךָ֥ מִנִּי־נָ֝בָ֗ל כָּל־הַיּֽוֹם׃ 23 אַל־תִּ֭שְׁכַּח ק֣וֹל צֹרְרֶ֑יךָ שְׁא֥וֹן קָ֝מֶ֗יךָ עֹלֶ֥ה תָמִֽיד׃