אידיש
1
אַ מזמור פֿון אָסָפֿן. פֿאַר װאָר, גאָט איז גוט צו ישׂראל, צו די װאָס האָבן אַ רײן האַרץ.
2
און איך – מײַנע פֿיס האָבן כּמעט זיך געבײגט, שיר זיך ניט אױסגעגליטשט האָבן מײַנע טריט.
3
װאָרום איך האָב מקנא געװען די מוטװיליקע, אַז דאָס גליק פֿון די רשָעים פֿלעג איך זען.
4
װאָרום זײ האָבן ניט קײן יסורים, און זײער לײַב איז געזונט.
5
די מאַטערניש פֿון לײַטן האָבן זײ ניט, און זײ װערן ניט געפּלאָגט אַזױ װי מענטשן.
6
דרום איז גאװה זײער האַלדזבאַנד, װי אַן אָנטועכץ װיקלט זײ אײַן אומרעכט.
7
פֿון פֿעטס קריכן אַרױס זײערע אױגן, די פֿאַרװעלענישן פֿון האַרצן לױפֿן איבער.
8
זײ שפּעטן און רעדן מיט בײזקײט רױב, פֿון אױבן אַראָפּ רעדן זײ.
9
זײ שטעלן אָן קעגן הימל זײער מױל, און זײער צונג גײט אום אױף דער ערד.
10
דרום קערט זיך זײַן פֿאָלק אַהין צו, װאָרום װאַסער פֿון שפֿע װערט געזופּט בײַ זײ.
11
און זײ זאָגן: װי קען גאָט װיסן? און: איז דען דאָ װיסן בײַם אױבערשטן?
12
זע, דאָס זײַנען די רשָעים, און אײביק בשַלװה, מערן זײ גוטס.
13
בלױז אומנישט האָב איך געלײַטערט מײַן האַרץ, און געװאַשן אין רײנקײט מײַנע הענט;
14
װאָרום איך בין געװען געפּלאָגט אַ גאַנצן טאָג, און אַלע פֿרימאָרגן איז געװען מײַן שטראָף.
15
אַז איך װאָלט געזאָגט: איך װעל רעדן אַזױ, װאָלט איך דאָך אָן דעם דָור פֿון דײַנע קינדער געפֿעלשט.
16
אָבער אַז איך האָב זיך פֿאַרטראַכט דאָס צו פֿאַרשטײן, איז דאָס געװען אומרעכט אין מײַנע אױגן.
17
ביז איך בין געקומען אין די הײליקטומען פֿון גאָט: האָב איך פֿאַרשטאַנען זײער סָוף.
18
פֿאַר װאָר, אױף אַ גליטש שטעלסטו זײ, װאַרפֿסט זײ אַראָפּ צום אונטערגאַנג.
19
װי װערן זײ צו װיסט אין אַ רגע! זײ עקן זיך, זײ װערן פֿאַרלענדט פֿון שרעקענישן.
20
װי אַ חָלום אַז מע כאַפּט זיך אױף, אַזױ, גאָט, װאַכנדיק, פֿאַראַכטסטו זײער בילד.
21
יאָ, מײַן האַרץ פֿלעגט זײַן פֿאַרזױערט, און אין די נירן פֿלעגט מיר שטעכן;
22
װײַל איך בין געװען פֿאַרגרעבט, און פֿלעג ניט װיסן; װי אַ בהמה בין איך געװען פֿאַר דיר.
23
אָבער איך בין תּמיד בײַ דיר, דו האַלטסט מיך בײַ דער רעכטער האַנט.
24
מיט דײַן עצה װעסטו מיך פֿירן, און צו כּבֿוד װעסטו מיך ברענגען.
25
װעמען נאָך האָב איך אין הימל? און צו דיר באַגער איך ניט קײנעם אױף דער ערד.
26
מײַן לײַב און מײַן האַרץ גײט אױס, דער פֿעלדז פֿון מײַן האַרצן און מײַן חלק איז אײביק גאָט.
27
װאָרום, זע, די װײַטע פֿון דיר װעלן אונטערגײן, דו פֿאַרשנײַדסט איטלעכן װאָס קערט זיך אָפּ פֿון דיר.
28
אָבער איך – די נאָנטקײט פֿון גאָט איז מײַן גוטס, איך האָב געמאַכט אין גאָט דעם האַר מײַן באַשיצונג, כּדי צו דערצײלן װעגן אַלע דײַנע װערק.