Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אין דיר, גאָט, טו איך מיך שיצן, לאָמיך קײן מאָל ניט פֿאַרשעמט װערן. 2 אין דײַן גערעכטיקײט זאָלסטו מיך מציל זײַן, און מיך מאַכן אַנטרינען; נײַג צו דײַן אױער צו מיר, און העלף מיך. 3 זײַ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונגװוּהין תּמיד צו קומען; באַשער מיר צו העלפֿן, װאָרום דו ביסט מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג. 4 מײַן גאָט, מאַך מיך אַנטרינען פֿון דער האַנט פֿון רָשע, פֿון פֿױסט פֿון דעם פֿאַרברעכער און דריקער. 5 װאָרום דו ביסט מײַן האָפֿענונג, גאָט דער האַר, מײַן פֿאַרזיכערונג פֿון מײַן יוגנט אָן. 6 אױף דיר האָב איך זיך אָנגעלענט פֿון מוטערלײַב, פֿון מײַן מוטערס אינגעװײד האָסט דו מיך אַרױסגעצױגן; מײַן לױב איז תּמיד פֿון דיר. 7 װי אַ בײזװוּנדער בין איך געװאָרן בײַ פֿיל, אָבער דו ביסט מײַן שטאַרקע באַשיצונג. 8 מײַן מױל איז אָנגעפֿילט מיט דײַן לױב, אַ גאַנצן טאָג מיט דײַן רימונג. 9 זאָלסט מיך ניט אַװעקװאַרפֿן אין צײַט פֿון זִקנה, אַז מײַנע כּוחות גײען אױס, זאָלסטו מיך ניט פֿאַרלאָזן. 10 װאָרום מײַנע פֿײַנט רעדן װעגן מיר, און די לױערער אױף מײַן זעל עֵצהן זיך אין אײנעם, 11 אַזױ צו זאָגן: גאָט האָט אים פֿאַרלאָזן; יאָגט נאָך און כאַפּט אים, װאָרום ניטאָ װער זאָל מציל זײַן. 12 גאָט, זאָלסט זיך ניט דערװײַטערן פֿון מיר; מײַן גאָט, אײַל מיר צו הילף. 13 זאָלן פֿאַרשעמט װערן, זאָלן אױסגײןדי שָׂונאים פֿון מײַן לעבן; זאָלן באַדעקט װערן מיט חרפּה און שאַנדדי װאָס זוכן מיר בײז. 14 אָבער איך װעל תּמיד האָפֿן, און װעל נאָך צולײגן צו אַל דײַן לױב. 15 מײַן מױל װעט דערצײלן דײַן גערעכטיקײט, אַ גאַנצן טאָג דײַן הילף; װאָרום איך קען ניט אױסדערצײלן. 16 איך װעל קומען מיט די גבֿורות פֿון גאָט דעם האַר, איך װעל דערמאָנען דײַן גערעכטיקײט, דײַנע אַלײן. 17 גאָט, האָסט מיך געלערנט פֿון מײַן יוגנט אָן, און ביז אַהער דערצײל איך דײַנע װוּנדער. 18 און אױך ביז זִקנה און גראָער עלטער, גאָט, זאָלסטו מיך ניט פֿאַרלאָזן, ביז איך װעל דעצײלן דײַן מאַכט צום אַנדערן דָור, צו איטלעכן װאָס װעט קומען, דײַן גבֿורה. 19 יאָ, דײַן גערעכטיקײט, גאָט, איז ביזן הימל, דו װאָס האָסט אױפֿגעטאָן גרױס. גאָט, װער איז דײַן גלײַכן? 20 דו װאָס האָסט מיך געלאָזט זען פֿיל צרות און בײזן, װעסט װידער מיך אױפֿלעבן, און פֿון די תּהומען פֿון דער ערדװעסטו װידער מיך אױפֿברענגען. 21 װעסט מערן מײַן גדוּלה, און װעסט װידער מיך טרײסטן. 22 דרומעך װעל איך דיך לױבן אױף אַ גיטאַר, – דײַן געטרײַשאַפֿט, מײַן גאָט; איך װעל שפּילן צו דיר אױף אַ האַרף, דו הײליקער פֿון ישׂראל. 23 מײַנע ליפּן װעלן זינגען, אַז איך װעל שפּילן צו דיר, און מײַן זעל װאָס דו האָסט אױסגעלײזט. 24 אױך מײַן צונג אַ גאַנצן טאָגװעט רעדן דײַן גערעכטיקײט, װאָרום פֿאַרשעמט, װאָרום צו שאַנד װערןדי װאָס זוכן מיר בײז.
עברית
1 בְּךָֽ־יְהוָ֥ה חָסִ֑יתִי אַל־אֵב֥וֹשָׁה לְעוֹלָֽם׃ 2 בְּצִדְקָתְךָ֗ תַּצִּילֵ֥נִי וּֽתְפַלְּטֵ֑נִי הַטֵּֽה־אֵלַ֥י אָ֝זְנְךָ֗ וְהוֹשִׁיעֵֽנִי׃ 3 הֱיֵ֤ה לִ֨י לְצ֥וּר מָע֡וֹן לָב֗וֹא תָּמִ֗יד צִוִּ֥יתָ לְהוֹשִׁיעֵ֑נִי כִּֽי־סַלְעִ֖י וּמְצוּדָתִ֣י אָֽתָּה׃ 4 אֱ‍ֽלֹהַ֗י פַּ֭לְּטֵנִי מִיַּ֣ד רָשָׁ֑ע מִכַּ֖ף מְעַוֵּ֣ל וְחוֹמֵץ׃ 5 כִּֽי־אַתָּ֥ה תִקְוָתִ֑י אֲדֹנָ֥י יְ֝הוִ֗ה מִבְטַחִ֥י מִנְּעוּרָֽי׃ 6 עָלֶ֤יךָ נִסְמַ֬כְתִּי מִבֶּ֗טֶן מִמְּעֵ֣י אִ֭מִּי אַתָּ֣ה גוֹזִ֑י בְּךָ֖ תְהִלָּתִ֣י תָמִֽיד׃ 7 כְּ֭מוֹפֵת הָיִ֣יתִי לְרַבִּ֑ים וְ֝אַתָּ֗ה מַֽחֲסִי־עֹֽז׃ 8 יִמָּ֣לֵא פִ֭י תְּהִלָּתֶ֑ךָ כָּל־הַ֝יּ֗וֹם תִּפְאַרְתֶּֽךָ׃ 9 אַֽל־תַּ֭שְׁלִיכֵנִי לְעֵ֣ת זִקְנָ֑ה כִּכְל֥וֹת כֹּ֝חִ֗י אֽ͏ַל־תַּעַזְבֵֽנִי׃ 10 כִּֽי־אָמְר֣וּ אוֹיְבַ֣י לִ֑י וְשֹׁמְרֵ֥י נַ֝פְשִׁ֗י נוֹעֲצ֥וּ יַחְדָּֽו׃ 11 לֵ֭אמֹר אֱלֹהִ֣ים עֲזָב֑וֹ רִֽדְפ֥וּ וְ֝תִפְשׂ֗וּהוּ כִּי־אֵ֥ין מַצִּֽיל׃ 12 אֱ֭לֹהִים אַל־תִּרְחַ֣ק מִמֶּ֑נִּי אֱ֝לֹהַ֗י לְעֶזְרָ֥תִי חישה 13 יֵבֹ֣שׁוּ יִכְלוּ֮ שֹׂטְנֵ֪י נַ֫פְשִׁ֥י יַֽעֲט֣וּ חֶ֭רְפָּה וּכְלִמָּ֑ה מְ֝בַקְשֵׁ֗י רָעָתִֽי׃ 14 וַ֭אֲנִי תָּמִ֣יד אֲיַחֵ֑ל וְ֝הוֹסַפְתִּ֗י עַל־כָּל־תְּהִלָּתֶֽךָ׃ 15 פִּ֤י יְסַפֵּ֬ר צִדְקָתֶ֗ךָ כָּל־הַיּ֥וֹם תְּשׁוּעָתֶ֑ךָ כִּ֤י לֹ֖א יָדַ֣עְתִּי סְפֹרֽוֹת׃ 16 אָב֗וֹא בִּ֭גְבֻרוֹת אֲדֹנָ֣י יְהוִ֑ה אַזְכִּ֖יר צִדְקָתְךָ֣ לְבַדֶּֽךָ׃ 17 אֱ‍ֽלֹהִ֗ים לִמַּדְתַּ֥נִי מִנְּעוּרָ֑י וְעַד־הֵ֝֗נָּה אַגִּ֥יד נִפְלְאוֹתֶֽיךָ׃ 18 וְגַ֤ם עַד־זִקְנָ֨ה וְשֵׂיבָה֮ אֱלֹהִ֪ים אַֽל־תַּעַ֫זְבֵ֥נִי עַד־אַגִּ֣יד זְרוֹעֲךָ֣ לְד֑וֹר לְכָל־יָ֝ב֗וֹא גְּבוּרָתֶֽךָ׃ 19 וְצִדְקָתְךָ֥ אֱלֹהִ֗ים עַד־מָ֫ר֥וֹם אֲשֶׁר־עָשִׂ֥יתָ גְדֹל֑וֹת אֱ֝לֹהִ֗ים מִ֣י כָמֽוֹךָ׃ 20 אֲשֶׁ֤ר הראיתנו צָר֥וֹת רַבּ֗וֹת וְרָ֫ע֥וֹת תָּשׁ֥וּב תחיינו וּֽמִתְּהֹמ֥וֹת הָ֝אָ֗רֶץ תָּשׁ֥וּב תַּעֲלֵֽנִי׃ 21 תֶּ֤רֶב גְּֽדֻלָּתִ֗י וְתִסֹּ֥ב תְּֽנַחֲמֵֽנִי׃ 22 גַּם־אֲנִ֤י אוֹדְךָ֣ בִכְלִי־נֶבֶל֮ אֲמִתְּךָ֪ אֱלֹ֫הָ֥י אֲזַמְּרָ֣ה לְךָ֣ בְכִנּ֑וֹר קְ֝ד֗וֹשׁ יִשְׂרָאֵֽל׃ 23 תְּרַנֵּ֣נָּ֣ה שְׂ֭פָתַי כִּ֣י אֲזַמְּרָה־לָּ֑ךְ וְ֝נַפְשִׁ֗י אֲשֶׁ֣ר פָּדִֽיתָ׃ 24 גַּם־לְשׁוֹנִ֗י כָּל־הַ֭יּוֹם תֶּהְגֶּ֣ה צִדְקָתֶ֑ךָ כִּי־בֹ֥שׁוּ כִֽי־חָ֝פְר֗וּ מְבַקְשֵׁ֥י רָעָתִֽי׃