Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ שִגָעון פֿון דָוִדן, װאָס ער האָט געזונגען צו גאָט פֿון װעגן כּוּש דעם בנימינער. 2 יהוה מײַן גאָט, אין דיר האָב איך מיך געשיצט, העלף מיך פֿון אַלע מײַנע נאָכיאָגער, און זײַ מיך מציל, 3 מע זאָל ניט פֿאַרצוקן װי אַ לײב מײַן זעל, צערײַסן, און קײנער זאָל ניט מציל זײַן. 4 יהוה מײַן גאָט, אױב איך האָב אַזױ װאָס געטאָן, אױב אומרעכט איז דאָ אין מײַנע הענט, 5 אױב איך האָב געטאָן בײז מײַן גוטן פֿרײַנט, אָדער באַרױבט צו מאָל מײַן אומזיסטיקן פֿײַנט, 6 זאָל דער שׂונא מיך נאָכיאָגן און דערגרײכן, און טרעטן צו דער ערד מײַן לעבן, און מײַן כּבֿוד אין שטױב לײגן. סֶלָה. 7 שטײ אױף, גאָט, אין דײַן כּעס, דערהײב דיך אין גרימצאָרן קעגן מײַנע פֿײַנט, און דערװעק פֿאַר מיר דעם משפּט װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט. 8 און װי די עדה פֿון די פֿעלקער דיך רינגלט אַרום, קער זיך אום איבער איר צו דער הײך. 9 גאָט, װאָס משפּטסט די פֿעלקער, משפּט מיך, גאָט, לױט מײַן גערעכטיקײט און לױט מײַן ערלעכקײט אין מיר. 10 זאָל שױן זיך עקן דאָס בײז פֿון די רשָעים, און דו זאָלסט אױפֿריכטן דעם צדיק; װאָרום דו פּרוּװסט די הערצער און נירן, גאָט דו גערעכטער. 11 מײַן באַשיץ איז אױף גאָט; ער העלפֿט די רעכטפֿאַרטיקע הערצער. 12 גאָט איז אַ גערעכטער ריכטער, און אַ צערנדיקער גאָט אַלע טאָג. 13 פֿאַר װאָר, ער שלײַפֿט נאָכאַנאַנד זײַן שװערד, ער שפּאַנט זײַן בױגן און שטעלט אים אָן. 14 און ער גרײט זיך אָן געצײַג פֿון טױט, ער מאַכט ברענעדיק שאַרף זײַנע פֿײַלן. 15 זע, ער אַנטפֿאַנגט אומרעכט, און ער טראָגט אומגליק, און געבערט ליגן. 16 ער גראָבט אַ גרוב און הױלט זי אױס, און פֿאַלט אין דעם אָפּגרונט װאָס ער מאַכט, 17 זײַן אומרעכט װעט זיך אומקערן אױף זײַן קאָפּ, און אױף זײַן שאַרבן װעט נידערן זײַן פֿאַרברעך. 18 איך װעל לױבן גאָט לױט זײַן גערעכטיקײט, און באַזינגען דעם נאָמען פֿון גאָט דעם אױבערשטן.
עברית
1 שִׁגָּי֗וֹן לְדָ֫וִ֥ד אֲשֶׁר־שָׁ֥ר לַיהוָ֑ה עַל־דִּבְרֵי־כ֝֗וּשׁ בֶּן־יְמִינִֽי׃ 2 יְהוָ֣ה אֱ֭לֹהַי בְּךָ֣ חָסִ֑יתִי הוֹשִׁיעֵ֥נִי מִכָּל־רֹ֝דְפַ֗י וְהַצִּילֵֽנִי׃ 3 פֶּן־יִטְרֹ֣ף כְּאַרְיֵ֣ה נַפְשִׁ֑י פֹּ֝רֵ֗ק וְאֵ֣ין מַצִּֽיל׃ 4 יְהוָ֣ה אֱ֭לֹהַי אִם־עָשִׂ֣יתִי זֹ֑את אִֽם־יֶשׁ־עָ֥וֶל בְּכַפָּֽי׃ 5 אִם־גָּ֭מַלְתִּי שֽׁוֹלְמִ֥י רָ֑ע וָאֲחַלְּצָ֖ה צוֹרְרִ֣י רֵיקָֽם׃ 6 יִֽרַדֹּ֥ף אוֹיֵ֨ב נַפְשִׁ֡י וְיַשֵּׂ֗ג וְיִרְמֹ֣ס לָאָ֣רֶץ חַיָּ֑י וּכְבוֹדִ֓י לֶעָפָ֖ר יַשְׁכֵּ֣ן סֶֽלָה׃ 7 ק֘וּמָ֤ה יְהוָ֨ה בְּאַפֶּ֗ךָ הִ֭נָּשֵׂא בְּעַבְר֣וֹת צוֹרְרָ֑י וְע֥וּרָה אֵ֝לַ֗י מִשְׁפָּ֥ט צִוִּֽיתָ׃ 8 וַעֲדַ֣ת לְ֭אֻמִּים תְּסוֹבְבֶ֑ךָּ וְ֝עָלֶ֗יהָ לַמָּר֥וֹם שֽׁוּבָה׃ 9 יְהוָה֮ יָדִ֪ין עַ֫מִּ֥ים שָׁפְטֵ֥נִי יְהוָ֑ה כְּצִדְקִ֖י וּכְתֻמִּ֣י עָלָֽי׃ 10 יִגְמָר־נָ֬א רַ֨ע רְשָׁעִים֮ וּתְכוֹנֵ֪ן צַ֫דִּ֥יק וּבֹחֵ֣ן לִ֭בּ֗וֹת וּכְלָי֗וֹת אֱלֹהִ֥ים צַדּֽ͏ִיק׃ 11 מָֽגִנִּ֥י עַל־אֱלֹהִ֑ים מ֝וֹשִׁ֗יעַ יִשְׁרֵי־לֵֽב׃ 12 אֱ֭לֹהִים שׁוֹפֵ֣ט צַדִּ֑יק וְ֝אֵ֗ל זֹעֵ֥ם בְּכָל־יֽוֹם׃ 13 אִם־לֹ֣א יָ֭שׁוּב חַרְבּ֣וֹ יִלְט֑וֹשׁ קַשְׁתּ֥וֹ דָ֝רַ֗ךְ וַֽיְכוֹנְנֶֽהָ׃ 14 וְ֭לוֹ הֵכִ֣ין כְּלֵי־מָ֑וֶת חִ֝צָּ֗יו לְֽדֹלְקִ֥ים יִפְעָֽל׃ 15 הִנֵּ֥ה יְחַבֶּל־אָ֑וֶן וְהָרָ֥ה עָ֝מָ֗ל וְיָ֣לַד שָֽׁקֶר׃ 16 בּ֣וֹר כָּ֭רָֽה וַֽיַּחְפְּרֵ֑הוּ וַ֝יִּפֹּ֗ל בְּשַׁ֣חַת יִפְעָֽל׃ 17 יָשׁ֣וּב עֲמָל֣וֹ בְרֹאשׁ֑וֹ וְעַ֥ל קָ֝דְקֳד֗וֹ חֲמָס֥וֹ יֵרֵֽד׃ 18 אוֹדֶ֣ה יְהוָ֣ה כְּצִדְק֑וֹ וַ֝אֲזַמְּרָ֗ה שֵֽׁם־יְהוָ֥ה עֶלְיֽוֹן׃