אידיש
1
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מזמור, אַ געזאַנג.
2
גאָט װעט אױפֿשטײן, װעלן צעשפּרײט װערן זײַנע פֿײַנט, און זײַנע שָׂונאים װעלן אַנטלױפֿן פֿאַר אים.
3
װי רױך װערט צעטריבן, װעסטו זײ צעטרײַבן; װי װאַקס צעגײט פֿאַר פֿײַער, װעלן אונטערגײן די רשָעים פֿאַר גאָט.
4
און די צדיקים װעלן זיך פֿרײען; זײ װעלן זײַן לוסטיק פֿאַר גאָט, און קװעלן מיט שִׂמחה.
5
זינגט צו גאָט, באַזינגט זײַן נאָמען, דערהײבט דעם װאָס רײַט דורך די הימלען – יָה איז זײַן נאָמען – און פֿרײט זיך פֿאַר אים.
6
דער פֿאָטער פֿון יתומים, און דער ריכטער פֿון אלמנות, איז גאָט אין זײַן הײליקער װױנונג.
7
גאָט באַזעצט די עלנדע אין אַ הײם, ער ברענגט אַרױס די געפֿאַנגענע אין גליק; נאָר די אָפּקערער בלײַבן אין טריקעניש.
8
גאָט, אַז דו ביסט אַרױסגעגאַנגען פֿאַרױס פֿאַר דײַן פֿאָלק, אַז דו האָסט געשפּרײַזט דורך דער װיסטעניש, סֶלָה,
9
האָט די ערד געציטערט, אױך די הימלען האָבן געטריפֿט פֿאַר גאָט; דער דאָזיקער סינַי – פֿאַר גאָט, דעם גאָט פֿון ישׂראל.
10
אַ רעגן פֿון שפֿע האָסטו אַראָפּגעזיפּט, גאָט, אַז דײַן נחלה איז פֿאַרשמאַכט געװען, האָסטו זי אױפֿגעריכט.
11
דײַן סטאַדע האָט זיך באַזעצט דערין; האָסטו אין דײַן גוטסקײט, גאָט, אָנגעברײט פֿאַר די אָרימע.
12
גאָט גיט אַרױס אַ װאָרט – אָנזאָגערינס אַ גרױסע מחנה.
13
מלכים פֿון מחנות לױפֿן-אַנטלױפֿן, און די שטובזיצערין טײלט רױב.
14
צי װילט איר ליגן צװישן די שאָפֿגעהעפֿטן? די פֿליגלען פֿון דער טױב זײַנען מיט זילבער באַדעקט, און אירע פֿלעדערן מיט גרינלעכן גאָלד.
15
אַז דער אַלמאַכטיקער האָט צעשפּרײט די מלכים אין איר, האָט עס געשנײט אױף צלמון.
16
אַ באַרג פֿון גאָט איז באַרג בשן, אַ באַרג פֿון שפּיצן איז באַרג בשן.
17
װאָס קוקט איר קרום, איר פֿילשפּיציקע בערג, אױף דעם באַרג װאָס גאָט האָט פֿאַר זײַן װױנונג געגלוסט, װוּ יהוה װעט אױך רוען אױף אײביק?
18
די רײַטװעגן פֿון גאָט זײַנען צענטױזנטן, טױזנטן אױף טױזנטן; גאָט איז צװישן זײ װי אױף סינַי אין הײליקײט.
19
ביסט אַרױפֿגעגאַנגען אין דער הײך, האָסט געפֿאַנגען אַ געפֿאַנג, האָסט גענומען מתָּנות אין מענטשן; אַז אױך צװישן די אָפּקערער זאָל רוען יָה גאָט.
20
געלױבט איז גאָט, טאָג פֿאַר טאָג טוט ער אונדז טראָגן; גאָט איז אונדזער ישועה. סֶלָה.
21
גאָט איז אונדז אַ גאָט פֿון ישועות, און בײַ גאָט דעם האַר זײַנען די אױסװעגן פֿון טױט.
22
פֿאַר װאָר, גאָט װעט צעלעכערן דעם קאָפּ פֿון זײַנע פֿײַנט, דעם האָריקן שאַרבן פֿון דעם װאָס גײט אין זײַנע זינד.
23
גאָט זאָגט: פֿון בשן װעל איך אומקערן, איך װעל אומקערן פֿון די טיפֿענישן פֿון ים;
24
כּדי זאָלסט טונקען אין בלוט דײַן פֿוס, די צונג פֿון דײַנע הינט זאָל האָבן איר חלק פֿון די פֿײַנט.
25
מע קוקט-צו דײַנע גײונגען, גאָט, די גײונגען צו מײַן גאָט, מײַן קיניג, אין הײליקטום.
26
פֿאַרױס גײען די זינגער, נאָך דעם די שפּילער, אין מיטן פֿון מײדלעך װאָס פּײַקלען.
27
״אין געזעמלען לױבט גאָט, לױבט דעם האַר, איר פֿון קװאַל פֿון ישׂראל.״
28
אָן איז בנימין דער ייִנגסטער, זײער געװעלטיקער, די האַרן פֿון יהוּדה מיט זײער מחנה, די האַרן פֿון זבֿולון, די האַרן פֿון נפֿתּלי.
29
דײַן גאָט זאָל באַפֿעלן דײַן שטאַרקײט; שטאַרק זיך, גאָט, דו װאָס האָסט געטאָן פֿאַר אונדז.
30
פֿון דײַן טעמפּל אין ירושלים; זאָלן מלכים דיר ברענגען מתָּנות.
31
שרײַ אָן אױף דער חיה פֿונעם װאַסערראָר, אױפֿן געזעמל אָקסן מיט די קעלבער-פֿעלקער, זײ זאָלן זיך צו די פֿיס װאַרפֿן מיט זילבערשטיקער; ער זאָל צעשפּרײטן די אומות װאָס באַגערן מלחמות.
32
שׂרָרות זאָלן קומען פֿון מצרַיִם, כּוּש זאָל אױסשטרעקן אירע הענט צו גאָט.
33
איר קיניגרײַכן פֿון דער ערד, זינגט צו גאָט, שפּילט צו דעם האַר, סֶלָה;
34
צו דעם װאָס רײַט אױף די אוראַלטע הימלען פֿון די הימלען; זע, ער לאָזט אַרױס זײַן קָול, אַ מאַכטיקן קָול.
35
גיט שטאַרקײט צו גאָט; איבער ישׂראל איז זײַן גרױסקײט, און זײַן שטאַרקײט אין די װאָלקנס.
36
גאָט איז פֿאָרכטיק פֿון דײַנע הײליקטומען; גאָט פֿון ישׂראל, ער גיט שטאַרקײט און מאַכט צום פֿאָלק; געלױבט איז גאָט.