Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מזמור, אַ געזאַנג. 2 גאָט זאָל אונדז לײַטזעליקן און אונדז בענטשן, ער זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים אױף אונדז, סֶלָה; 3 כּדי מע זאָל װיסן אױף דער ערד דײַן װעג, צװישן אַלע פֿעלקער דײַן ישועה. 4 לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, גאָט, לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע. 5 זיך פֿרײען און זינגען װעלן די אומות, װאָרום דו משפּטסט די פֿעלקער מיט יושר, און די אומות, זײ פֿירסטו אױף דער ערד. סֶלָה. 6 לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, גאָט, לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע. 7 די ערד גיט איר פֿרוכט, בענטשן װעט אונדז גאָט אונדזער גאָט, 8 בענטשן װעט אונדז גאָטאון אים װעלן פֿאָרכטן אַלע עקן פֿון דער ערד.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֥ח בִּנְגִינֹ֗ת מִזְמ֥וֹר שִֽׁיר׃ 2 אֱלֹהִ֗ים יְחָנֵּ֥נוּ וִֽיבָרְכֵ֑נוּ יָ֤אֵ֥ר פָּנָ֖יו אִתָּ֣נוּ סֶֽלָה׃ 3 לָדַ֣עַת בָּאָ֣רֶץ דַּרְכֶּ֑ךָ בְּכָל־גּ֝וֹיִ֗ם יְשׁוּעָתֶֽךָ׃ 4 יוֹד֖וּךָ עַמִּ֥ים אֱלֹהִ֑ים י֝וֹד֗וּךָ עַמִּ֥ים כֻּלָּֽם׃ 5 יִֽשְׂמְח֥וּ וִֽירַנְּנ֗וּ לְאֻ֫מִּ֥ים כִּֽי־תִשְׁפֹּ֣ט עַמִּ֣ים מִישׁ֑וֹר וּלְאֻמִּ֓ים בָּאָ֖רֶץ תַּנְחֵ֣ם סֶֽלָה׃ 6 יוֹד֖וּךָ עַמִּ֥ים אֱלֹהִ֑ים י֝וֹד֗וּךָ עַמִּ֥ים כֻּלָּֽם׃ 7 אֶ֭רֶץ נָתְנָ֣ה יְבוּלָ֑הּ יְ֝בָרְכֵ֗נוּ אֱלֹהִ֥ים אֱלֹהֵֽינוּ׃ 8 יְבָרְכֵ֥נוּ אֱלֹהִ֑ים וְיִֽירְא֥וּ אֹ֝ת֗וֹ כָּל־אַפְסֵי־אָֽרֶץ׃