Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ געזאַנג, אַ מזמור. 2 שאַלט צו גאָט, די גאַנצע ערד, באַזינגט די פּראַכט פֿון זײַן נאָמען, מאַכט פּראַכטיק זײַן לױב. 3 זאָגט צו גאָט: װי פֿאָרכטיק איז דײַן װערק! דורך דײַן גרױס שטאַרקײט גײען אײַן פֿאַר דיר דײַנע פֿײַנט. 4 די גאַנצע ערד זאָל זיך בוקן צו דיר און זינגען צו דיר; זײ זאָלן באַזינגען דײַן נאָמען. סֶלָה. 5 קומט און זעט די מעשׂים פֿון גאָט; ער איז פֿאָרכטיק אין טוּונג פֿאַר די מענטשנקינדער. 6 ער האָט פֿאַרקערט דעם ים אין יבשה, צו פֿוס זײַנען זײ אַריבער דעם טײַך; דענצמאָל האָבן מיר זיך געפֿרײט מיט אים. 7 ער געװעלטיקט מיט זײַן גבֿורה אײביק, זײַנע אױגן קוקן אױף די פֿעלקער; זאָלן די אָפּקערער זיך ניט דערהײבן. סֶלָה. 8 לױבט, איר פֿעלקער, אונדזער גאָט, און לאָזט הערן דעם קָול פֿון זײַן לױב; 9 דער װאָס דערהאַלט אונדזער זעל בײַם לעבן, און האָט ניט געלאָזט זיך אױסגליטשן אונדזער פֿוס. 10 װאָרום האָסט אונדז געפּרוּװט, גאָט; האָסט אונדז געלײַטערט װי מע לײַטערט זילבער. 11 האָסט אונדז געבראַכט אין אַ פֿעסטונג, האָסט אַרױפֿגעטאָן אַ קלעם אױף אונדזערע לענדן. 12 האָסט געלאָזט רײַטן אַ מענטשן אױף אונדזער קאָפּ, מיר זײַנען געקומען אין פֿײַער און אין װאַסער, אָבער דו האָסט אונדז אַרױסגעצױגן אין זעטיקײט. 13 איך װעל קומען אין דײַן הױז מיט בראַנדאָפּפֿער, איך װעל דיר באַצאָלן מײַנע נדרים, 14 װאָס מײַנע ליפּן האָבן אַרױסגעלאָזט, און מײַן מױל האָט צוגעזאָגט אין מײַן נױט. 15 פֿעטע בראַנדאָפּפֿער װעל איך דיר אױפֿברענגען, מיט דעמפֿונג פֿון װידערס; איך װעל מאַכן רינדער מיט בעק. סֶלָה. 16 קומט הערט, אַלע פֿאָרכטער פֿון גאָט, און איך װעל דערצײלן װאָס ער האָט געטאָן צו מײַן זעל. 17 איך האָב גערופֿן צו אים מיט מײַן מױל, און ער איז געװען דערהױבן אױף מײַן צונג. 18 אַז איך װאָלט אױסגעװײלט אומרעכט אין מײַן האַרצן, װאָלט ניט צוגעהערט גאָט. 19 אָבער גאָט האָט צוגעהערט, ער האָט פֿאַרנומען דעם קָול פֿון מײַן תּפֿילה. 20 געלױבט איז גאָט װאָס ער האָט ניט אָפּגעטאָן מײַן תּפֿילה, און זײַן חֶסד פֿון מיר.
עברית
1 לַ֭מְנַצֵּחַ שִׁ֣יר מִזְמ֑וֹר הָרִ֥יעוּ לֵ֝אלֹהִים כָּל־הָאָֽרֶץ׃ 2 זַמְּר֥וּ כְבֽוֹד־שְׁמ֑וֹ שִׂ֥ימוּ כָ֝ב֗וֹד תְּהִלָּתֽוֹ׃ 3 אִמְר֣וּ לֵ֭אלֹהִים מַה־נּוֹרָ֣א מַעֲשֶׂ֑יךָ בְּרֹ֥ב עֻ֝זְּךָ֗ יְֽכַחֲשׁ֖וּ לְךָ֣ אֹיְבֶֽיךָ׃ 4 כָּל־הָאָ֤רֶץ יִשְׁתַּחֲו֣וּ לְ֭ךָ וִֽיזַמְּרוּ־לָ֑ךְ יְזַמְּר֖וּ שִׁמְךָ֣ סֶֽלָה׃ 5 לְכ֣וּ וּ֭רְאוּ מִפְעֲל֣וֹת אֱלֹהִ֑ים נוֹרָ֥א עֲ֝לִילָ֗ה עַל־בְּנֵ֥י אָדָֽם׃ 6 הָ֤פַךְ יָ֨ם לְֽיַבָּשָׁ֗ה בַּ֭נָּהָר יַֽעַבְר֣וּ בְרָ֑גֶל שָׁ֝֗ם נִשְׂמְחָה־בּֽוֹ׃ 7 מֹ֘שֵׁ֤ל בִּגְבוּרָת֨וֹ עוֹלָ֗ם עֵ֭ינָיו בַּגּוֹיִ֣ם תִּצְפֶּ֑ינָה הַסּוֹרְרִ֓ים אַל־ירימו לָ֣מוֹ סֶֽלָה׃ 8 בָּרְכ֖וּ עַמִּ֥ים אֱלֹהֵ֑ינוּ וְ֝הַשְׁמִ֗יעוּ ק֣וֹל תְּהִלָּתֽוֹ׃ 9 הַשָּׂ֣ם נַ֭פְשֵׁנוּ בַּֽחַיִּ֑ים וְלֹֽא־נָתַ֖ן לַמּ֣וֹט רַגְלֵֽנוּ׃ 10 כִּֽי־בְחַנְתָּ֥נוּ אֱלֹהִ֑ים צְ֝רַפְתָּ֗נוּ כִּצְרָף־כָּֽסֶף׃ 11 הֲבֵאתָ֥נוּ בַמְּצוּדָ֑ה שַׂ֖מְתָּ מוּעָקָ֣ה בְמָתְנֵֽינוּ׃ 12 הִרְכַּ֥בְתָּ אֱנ֗וֹשׁ לְרֹ֫אשֵׁ֥נוּ בָּֽאנוּ־בָאֵ֥שׁ וּבַמַּ֑יִם וַ֝תּוֹצִיאֵ֗נוּ לָֽרְוָיָֽה׃ 13 אָב֣וֹא בֵיתְךָ֣ בְעוֹל֑וֹת אֲשַׁלֵּ֖ם לְךָ֣ נְדָרָֽי׃ 14 אֲשֶׁר־פָּצ֥וּ שְׂפָתָ֑י וְדִבֶּר־פִּ֝֗י בַּצַּר־לִֽי׃ 15 עֹ֘ל֤וֹת מֵחִ֣ים אַעֲלֶה־לָּ֭ךְ עִם־קְטֹ֣רֶת אֵילִ֑ים אֶ֥עֱשֶֽׂה בָקָ֖ר עִם־עַתּוּדִ֣ים סֶֽלָה׃ 16 לְכֽוּ־שִׁמְע֣וּ וַ֭אֲסַפְּרָה כָּל־יִרְאֵ֣י אֱלֹהִ֑ים אֲשֶׁ֖ר עָשָׂ֣ה לְנַפְשִֽׁי׃ 17 אֵלָ֥יו פִּֽי־קָרָ֑אתִי וְ֝רוֹמַ֗ם תַּ֣חַת לְשׁוֹנִֽי׃ 18 אָ֭וֶן אִם־רָאִ֣יתִי בְלִבִּ֑י לֹ֖א יִשְׁמַ֣ע אֲדֹנָֽי׃ 19 אָ֭כֵן שָׁמַ֣ע אֱלֹהִ֑ים הִ֝קְשִׁ֗יב בְּק֣וֹל תְּפִלָּתִֽי׃ 20 בָּר֥וּךְ אֱלֹהִ֑ים אֲשֶׁ֥ר לֹֽא־הֵסִ֘יר תְּפִלָּתִ֥י וְ֝חַסְדּ֗וֹ מֵאִתִּֽי׃