Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ מזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער מדבר פֿון יהוּדה. 2 גאָט, דו ביסט מײַן גאָט, דיך טו איך זוכן; נאָך דיר דאָרשט מײַן זעל, צו דיר געלוסט מײַן לײַב, אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש, און אַ פֿאַרשמאַכטער אָן װאַסער. 3 אַזױ האָב איך אױסגעקוקט אױף דיר, אין הײליקטום צו זען דײַן שטאַרקײט און דײַן כּבֿוד. 4 װאָרום דײַן חֶסד איז בעסער פֿון לעבן; מײַנע ליפּן װעלן דיך לױבן. 5 אַזױ װעל איך דיך בענטשן דורך מײַן לעבן; אין דײַן נאָמען װעל איך אױפֿהײבן מײַנע הענט. 6 װי מיט פֿעטס און מאַרך איז זאַט מײַן זעל, און מיט זינגעדיקע ליפּן טוט לױבן מײַן מױל, 7 אַז איך דערמאָן דיך אױף מײַן געלעגער, אַז איך טראַכט אָן דיר אין די װאַכן פֿון דער נאַכט. 8 װאָרום ביסט מיר אַ הילף געװען, און אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען טו איך זינגען. 9 מײַן זעל איז באַהעפֿט נאָך דיר; דײַן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער. 10 און די װאָס זוכן מײַן זעל אױף אומצוברענגען, װעלן אַרײַן אין די טיפֿענישן פֿון דער ערד. 11 מע װעט זײ שלײַדערן אין מאַכט פֿון דער שװערד; דער חלק פֿון פֿיקס װעלן זײ זײַן. 12 אָבער דער מלך װעט זיך פֿרײען מיט גאָט; רימען װעט זיך איטלעכער װאָס שװערט בײַ אים; װאָרום פֿאַרשטאָפּט װערן װעט דאָס מױל פֿון די ליגנזאָגער.
עברית
1 מִזְמ֥וֹר לְדָוִ֑ד בִּ֝הְיוֹת֗וֹ בְּמִדְבַּ֥ר יְהוּדָֽה׃ 2 אֱלֹהִ֤ים אֵלִ֥י אַתָּ֗ה אֲ‍ֽשַׁחֲ֫רֶ֥ךָּ צָמְאָ֬ה לְךָ֨ נַפְשִׁ֗י כָּמַ֣הּ לְךָ֣ בְשָׂרִ֑י בְּאֶֽרֶץ־צִיָּ֖ה וְעָיֵ֣ף בְּלִי־מָֽיִם׃ 3 כֵּ֭ן בַּקֹּ֣דֶשׁ חֲזִיתִ֑יךָ לִרְא֥וֹת עֻ֝זְּךָ֗ וּכְבוֹדֶֽךָ׃ 4 כִּי־ט֣וֹב חַ֭סְדְּךָ מֵֽחַיִּ֗ים שְׂפָתַ֥י יְשַׁבְּחֽוּנְךָ׃ 5 כֵּ֣ן אֲבָרֶכְךָ֣ בְחַיָּ֑י בְּ֝שִׁמְךָ אֶשָּׂ֥א כַפָּֽי׃ 6 כְּמ֤וֹ חֵ֣לֶב וָ֭דֶשֶׁן תִּשְׂבַּ֣ע נַפְשִׁ֑י וְשִׂפְתֵ֥י רְ֝נָנ֗וֹת יְהַלֶּל־פִּֽי׃ 7 אִם־זְכַרְתִּ֥יךָ עַל־יְצוּעָ֑י בְּ֝אַשְׁמֻר֗וֹת אֶהְגֶּה־בָּֽךְ׃ 8 כִּֽי־הָיִ֣יתָ עֶזְרָ֣תָה לִּ֑י וּבְצֵ֖ל כְּנָפֶ֣יךָ אֲרַנֵּֽן׃ 9 דָּבְקָ֣ה נַפְשִׁ֣י אַחֲרֶ֑יךָ בִּ֝֗י תָּמְכָ֥ה יְמִינֶֽךָ׃ 10 וְהֵ֗מָּה לְ֭שׁוֹאָה יְבַקְשׁ֣וּ נַפְשִׁ֑י יָ֝בֹ֗אוּ בְּֽתַחְתִּיּ֥וֹת הָאָֽרֶץ׃ 11 יַגִּירֻ֥הוּ עַל־יְדֵי־חָ֑רֶב מְנָ֖ת שֻׁעָלִ֣ים יִהְיֽוּ׃ 12 וְהַמֶּלֶךְ֮ יִשְׂמַ֪ח בֵּאלֹ֫הִ֥ים יִ֭תְהַלֵּל כָּל־הַנִּשְׁבָּ֣ע בּ֑וֹ כִּ֥י יִ֝סָּכֵ֗ר פִּ֣י דֽוֹבְרֵי־שָֽׁקֶר׃