Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף שושַן-עדות; אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן פֿאַר אַ לערנונג, 2 װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט ארם-נהרים און ארם-צוֹבֿה, און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט, און האָט געשלאָגן פֿון אדום אין טאָל פֿון זאַלץ צװעלף טױזנט. 3 גאָט, האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, האָסט אונדז צעבראָכן; האָסט געצערנט אױף אונדז, זאָלסטו אונדז װידער אױפֿריכטן. 4 האָסט אױפֿגעשטורעמט די ערד, האָסט זי צעשפּאָלטן; הײל אירע בראָכן, װאָרום זי װאַקלט זיך. 5 האָסט געמאַכט זען דײַן פֿאָלק שװערע לײַדן, האָסט אונדז אָנגעטרונקען מיט װײַן פֿון פֿאַרטומלעניש. 6 גיב דײַנע פֿאָרכטער אַ פֿאָן, זיך אײַנצוזאַמלען פֿאַרן אמת. סֶלָה. 7 כּדי דײַנע באַליבטע זאָלן דערלײזט װערן, העלף מיט דײַן רעכטער האַנט, און ענטפֿער מיר. 8 גאָט האָט גערעדט אין זײַן הײליקײט, אַז איך װעל דערפֿרײט װערן; איך װעל צעטײלן שכם, און דעם טאָל סוכּות װעל איך אױסמעסטן. 9 מײַן איז גִלעָד, און מײַן איז מנשה, און אפֿרַיִם איז דער קיװער פֿון מײַן קאָפּ; יהוּדה איז מײַן צעפּטער. 10 מואָבֿ איז מײַן װאַשטאָפּ; אױף אדום װאַרף איך מײַן שוך; איבער מיר, פּלֶשֶת, װעסטו שרײַען. 11 װער ברענגט מיך צו דער באַפֿעסטיקטער שטאָט? װער טוט מיך פֿירן קײן אדום? 12 פֿאַר װאָר, דו גאָט האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, און גײסט ניט אַרױס, גאָט, מיט אונדזערע מחנות. 13 גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿײַנט, װאָרום נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן. 14 מיט גאָט װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות, און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿײַנט.
עברית
1 לַ֭מְנַצֵּחַ עַל־שׁוּשַׁ֣ן עֵד֑וּת מִכְתָּ֖ם לְדָוִ֣ד לְלַמֵּֽד׃ 2 בְּהַצּוֹת֨וֹ אֶ֥ת אֲרַ֣ם נַהֲרַיִם֮ וְאֶת־אֲרַ֪ם צ֫וֹבָ֥ה וַיָּ֤שָׁב יוֹאָ֗ב וַיַּ֣ךְ אֶת־אֱד֣וֹם בְּגֵיא־מֶ֑לַח שְׁנֵ֖ים עָשָׂ֣ר אָֽלֶף׃ 3 אֱ֭לֹהִים זְנַחְתָּ֣נוּ פְרַצְתָּ֑נוּ אָ֝נַ֗פְתָּ תְּשׁ֣וֹבֵ֥ב לָֽנוּ׃ 4 הִרְעַ֣שְׁתָּה אֶ֣רֶץ פְּצַמְתָּ֑הּ רְפָ֖ה שְׁבָרֶ֣יהָ כִי־מָֽטָה׃ 5 הִרְאִ֣יתָה עַמְּךָ֣ קָשָׁ֑ה הִ֝שְׁקִיתָ֗נוּ יַ֣יִן תַּרְעֵלָֽה׃ 6 נָ֘תַ֤תָּה לִּירֵאֶ֣יךָ נֵּ֭ס לְהִתְנוֹסֵ֑ס מִ֝פְּנֵ֗י קֹ֣שֶׁט סֶֽלָה׃ 7 לְ֭מַעַן יֵחָלְצ֣וּן יְדִידֶ֑יךָ הוֹשִׁ֖יעָה יְמִֽינְךָ֣ ועננו 8 אֱלֹהִ֤ים דִּבֶּ֥ר בְּקָדְשׁ֗וֹ אֶ֫עְלֹ֥זָה אֲחַלְּקָ֥ה שְׁכֶ֑ם וְעֵ֖מֶק סֻכּ֣וֹת אֲמַדֵּֽד׃ 9 לִ֤י גִלְעָ֨ד וְלִ֬י מְנַשֶּׁ֗ה וְ֭אֶפְרַיִם מָע֣וֹז רֹאשִׁ֑י יְ֝הוּדָ֗ה מְחֹֽקְקִי׃ 10 מוֹאָ֤ב סִ֬יר רַחְצִ֗י עַל־אֱ֭דוֹם אַשְׁלִ֣יךְ נַעֲלִ֑י עָ֝לַ֗י פְּלֶ֣שֶׁת הִתְרֹעָֽעִֽי׃ 11 מִ֣י יֹ֭בִלֵנִי עִ֣יר מָצ֑וֹר מִ֖י נָחַ֣נִי עַד־אֱדֽוֹם׃ 12 הֲלֹֽא־אַתָּ֣ה אֱלֹהִ֣ים זְנַחְתָּ֑נוּ וְֽלֹא־תֵצֵ֥א אֱ֝לֹהִ֗ים בְּצִבְאוֹתֵֽינוּ׃ 13 הָֽבָה־לָּ֣נוּ עֶזְרָ֣ת מִצָּ֑ר וְ֝שָׁ֗וְא תְּשׁוּעַ֥ת אָדָם׃ 14 בֵּֽאלֹהִ֥ים נַעֲשֶׂה־חָ֑יִל וְ֝ה֗וּא יָב֥וּס צָרֵֽינוּ׃