Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל, אױף שמינית; אַ מזמור פֿון דָוִדן. 2 ניט אין דײַן כּעס זאָלסטו מיך מוסרן, גאָט, און ניט אין דײַן גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפֿן. 3 לײַטזעליק מיך, גאָט, װאָרום איך װער פֿאַרשניטן, הײל מיך, גאָט, װאָרום מײַנע בײנער זײַנען דערשראָקן, 4 און מײַן זעל איז דערשראָקן זײער, און דו גאָט, ביז װאַנען? 5 קער זיך אום, גאָט, דערלײז מײַן זעל, העלף מיך פֿון װעגן דײַן גענאָד. 6 װאָרום ניטאָ אין טױט דײַן דערמאָנונג, אין אונטערערד װער װעט דיך לױבן? 7 איך בין מיד פֿון מײַן זיפֿצן, איך באַװאַש אַלע נאַכט מײַן געלעגער, איך מאַך צעגײן אין מײַנע טרערן מײַן בעט. 8 מאַט געװאָרן פֿון קומער איז מײַן אױג, אַלט געװאָרן פֿון װעגן אַלע מײַנע פֿײַנט. 9 קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, אַלע טוער פֿון אומרעכט, װאָרום גאָט האָט געהערט דעם קָול פֿון מײַן געװײן. 10 גאָט האָט געהערט מײַן געבעט, גאָט נעמט אָן מײַן תּפֿילה. 11 פֿאַרשעמט און דערשראָקן זײערװעלן װערן אַלע מײַנע פֿײַנט; זײ װעלן אָפּטרעטן פֿאַרשעמט אין אַ רגע.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֣חַ בִּ֭נְגִינוֹת עַֽל־הַשְּׁמִינִ֗ית מִזְמ֥וֹר לְדָוִֽד׃ 2 יְֽהוָ֗ה אַל־בְּאַפְּךָ֥ תוֹכִיחֵ֑נִי וְֽאַל־בַּחֲמָתְךָ֥ תְיַסְּרֵֽנִי׃ 3 חָנֵּ֥נִי יְהוָה֮ כִּ֤י אֻמְלַ֫ל אָ֥נִי רְפָאֵ֥נִי יְהוָ֑ה כִּ֖י נִבְהֲל֣וּ עֲצָמֽ͏ָי׃ 4 וְ֭נַפְשִׁי נִבְהֲלָ֣ה מְאֹ֑ד ואת יְ֝הוָ֗ה עַד־מָתָֽי׃ 5 שׁוּבָ֣ה יְ֭הוָה חַלְּצָ֣ה נַפְשִׁ֑י ה֝וֹשִׁיעֵ֗נִי לְמַ֣עַן חַסְדֶּֽךָ׃ 6 כִּ֤י אֵ֣ין בַּמָּ֣וֶת זִכְרֶ֑ךָ בִּ֝שְׁא֗וֹל מִ֣י יֽוֹדֶה־לָּֽךְ׃ 7 יָגַ֤עְתִּי בְּֽאַנְחָתִ֗י אַשְׂחֶ֣ה בְכָל־לַ֭יְלָה מִטָּתִ֑י בְּ֝דִמְעָתִ֗י עַרְשִׂ֥י אַמְסֶֽה׃ 8 עָֽשְׁשָׁ֣ה מִכַּ֣עַס עֵינִ֑י עָֽ֝תְקָ֗ה בְּכָל־צוֹרְרָֽי׃ 9 ס֣וּרוּ מִ֭מֶּנִּי כָּל־פֹּ֣עֲלֵי אָ֑וֶן כִּֽי־שָׁמַ֥ע יְ֝הוָ֗ה ק֣וֹל בִּכְיִֽי׃ 10 שָׁמַ֣ע יְ֭הוָה תְּחִנָּתִ֑י יְ֝הוָ֗ה תְּֽפִלָּתִ֥י יִקָּֽח׃ 11 יֵבֹ֤שׁוּ וְיִבָּהֲל֣וּ מְ֭אֹד כָּל־אֹיְבָ֑י יָ֝שֻׁ֗בוּ יֵבֹ֥שׁוּ רָֽגַע׃