אידיש
1
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף יוֹנהס אֵלֶם רחוֹקים; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען די פּלִשתּים האָבן אים געכאַפּט אין גאַס.
2
לײַטזעליק מיך, גאָט, װאָרום אײַנשלינגען װיל מיך אַ מענטש; אַ גאַנצן טאָג דריקט ער מיך שטרײַטנדיק.
3
אײַנשלינגען װילן מיך מײַנע לױערער אַ גאַנצן טאָג, יאָ פֿיל, דו העכסטער, שטרײַטן אױף מיר.
4
דעם טאָג װאָס איך האָב מוראפֿאַרזיכער איך מיך אױף דיר.
5
אױף גאָט װאָס זײַן װאָרט טו איך לױבן, אױף גאָט האָב איך מיך פֿאַרזיכערט, איך האָב ניט קײן מורא; װאָס קען אַ בשׂר-ודם מיר טאָן?
6
אַ גאַנצן טאָג קריװדען זײ מײַנע טענות, אַלע זײערע מחשבֿות זײַנען צום בײזן אױף מיר.
7
זײ קלײַבן זיך אױף, זײ באַהאַלטן זיך, זײ היטן מײַנע פֿוסטריט, אַזױ װי זײ קוקן אױס אױף מײַן זעל.
8
פֿאַר דעם אומרעכט שלײַדער זײ אַרױס, אין צאָרן די פֿעלקער װאַרף אַנידער, גאָט.
9
האָסט פֿאַרצײכנט מײַן װאָגלעניש, טו אַרײַן מײַן טרער אין דײַן לאָגל; פֿאַר װאָר, זײ זײַנען אין דײַן בוך.
10
דענצמאָל װעלן מײַנע פֿײַנט זיך אומקערן אַהינטעראין דעם טאָג װאָס איך װעל רופֿן; דאָס װײס איך אַז גאָט איז פֿאַר מיר.
11
אױף גאָט װאָס [זײַן] װאָרט טו איך לױבן, אױף יהוה װאָס [זײַן] װאָרט טו איך לױבן,
12
אױף גאָט האָב איך מיך פֿאַרזיכערט, איך האָב ניט קײן מורא; װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?
13
איך נעם אױף מיר, גאָט, נדרים צו דיר, איך װעל אָפּצאָלן דאַנקאָפּפֿער צו דיר;
14
װאָרום האָסט מציל געװען מײַן זעל פֿון טױט, פֿאַר װאָר, מײַנע פֿיס פֿון שטרױכלונג, כּדי אַרומצוגײן פֿאַר גאָטאין דעם ליכט פֿון לעבן.