Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן. 2 פֿאַרנעם, גאָט, מײַן תּפֿילה, און זאָלסט זיך ניט פֿאַרהױלן פֿון מײַן געבעט. 3 האָרך צו מיר, און ענטפֿער מיר; איך לױף אום אין מײַן קלאָג, און איך ברום, 4 פֿון דעם קָול פֿון דעם פֿײַנט, פֿון װעגן דער דריקונג פֿון דעם רָשע; װאָרום זײ ברענגען אױף מיר אומגליק, און מיט צאָרן טוען זײ מיך פֿײַנטן. 5 מײַן האַרץ צאַפּלט אין מיר, און טױטשרעקן זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף מיר. 6 אַ מורא און אַ ציטערניש קומט אױף מיר, און אַ שױדער האָט מיך באַדעקט. 7 און איך זאָג: װער גיט מיר פֿליגלען װי אַ טױב, איך װאָלט אַװעקגעפֿלױגן און גערוט. 8 אָט װאָלט איך אַװעקגעװאָגלט װײַט, איך װאָלט געװײַלט אין דער מדבר. סֶלָה. 9 איך װאָלט מיר געאײַלט צו אַן אַנטרינונגפֿון רײַסיקן װינט, פֿונעם שטורעם. 10 צעמיש, גאָט, צעטײל זײער שפּראַך, װאָרום איך האָב געזען רױב און קריג אין שטאָט. 11 טאָג און נאַכט רינגלען זײ זי אַרום אױף אירע מױערן, און אומרעכט און אומגליק איז אין איר מיט. 12 פֿאַרברעכן זײַנען אין איר מיט, און פֿון איר מאַרק טוט זיך ניט אָפּ דריקונג און באַטרוג. 13 װאָרום ניט אַ פֿײַנט טוט מיך לעסטערן – דאָס װאָלט איך פֿאַרטראָגן; ניט מײַן שׂונא האָט זיך געגרײסט איבער מיר – פֿון אים װאָלט איך מיך פֿאַרבאָרגן; 14 נאָר דו, אַ מענטש מײַן גלײַכן, מײַן חבֿר און מײַן באַקענטער, 15 װאָס באַנאַנד פֿלעגן מיר זיס זיך סוֹדען, גײן אין גאָטס הױז מיט געזעמל. 16 זאָל ער אָנרײצן דעם טױט אױף זײ, זאָלן זײ נידערן לעבעדיקערהײט אין אונטערערד! װאָרום בײז איז אין זײער װױנונג, צװישן זײ. 17 איך װעל רופֿן צו גאָט, און יהוה װעט מיך העלפֿן. 18 אָװנט און פֿרימאָרגן און מיטנטאָגװעל איך קלאָגן און װעל ברומען, און ער טוט הערן מײַן קָול. 19 ער טוט אױסלײזן בשלום מײַן זעל, מע זאָל ניט גענענען צו מיר, הגם זײ זײַנען פֿיל קעגן מיר. 20 גאָט װעט הערן און װעט זײ אונטערטעניק מאַכן – דער װאָס טראָנט פֿון אײביק אָן. סֶלָה. װאָרום ניטאָ קײן אָפּבײַט בײַ זײ, און זײ האָבן ניט מורא פֿאַר גאָט. 21 ער שטרעקט אױס זײַנע הענטאױף די װאָס זײַנען אין שלום מיט אים, ער פֿאַרשװעכט זײַן בונד. 22 גלאַט זײַנען די שמאַנטיקע רײד פֿון זײַן מױל, און זײַן האַרץ איז מלחמה; װײכער פֿון בױמל זײַנען זײַנע װערטער, אָבער זײ זײַנען שװערדן בלױזע. 23 װאַרף אױף גאָט דײַן לאַסט, און ער װעט דיך פֿאַרזאָרגן; ער װעט קײן מאָל ניט לאָזן פֿאַלן דעם צדיק. 24 אָבער דו גאָט װעסט זײ נידערן אין קבֿר-גרוב, די לײַט פֿון בלוט און באַטרוגװעלן ניט אױסלעבן האַלב זײערע טעג; און איך װעל מיך פֿאַרזיכערן אױף דיר.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֥חַ בִּנְגִינֹ֗ת מַשְׂכִּ֥יל לְדָוִֽד׃ 2 הַאֲזִ֣ינָה אֱ֭לֹהִים תְּפִלָּתִ֑י וְאַל־תִּ֝תְעַלַּ֗ם מִתְּחִנָּתִֽי׃ 3 הַקְשִׁ֣יבָה לִּ֣י וַעֲנֵ֑נִי אָרִ֖יד בְּשִׂיחִ֣י וְאָהִֽימָה׃ 4 מִקּ֤וֹל אוֹיֵ֗ב מִפְּנֵ֣י עָקַ֣ת רָשָׁ֑ע כִּי־יָמִ֥יטוּ עָלַ֥י אָ֝֗וֶן וּבְאַ֥ף יִשְׂטְמֽוּנִי׃ 5 לִ֭בִּי יָחִ֣יל בְּקִרְבִּ֑י וְאֵימ֥וֹת מָ֝֗וֶת נָפְל֥וּ עָלָֽי׃ 6 יִרְאָ֣ה וָ֭רַעַד יָ֣בֹא בִ֑י וַ֝תְּכַסֵּ֗נִי פַּלָּצֽוּת׃ 7 וָאֹמַ֗ר מִֽי־יִתֶּן־לִּ֣י אֵ֭בֶר כַּיּוֹנָ֗ה אָע֥וּפָה וְאֶשְׁכֹּֽנָה׃ 8 הִ֭נֵּה אַרְחִ֣יק נְדֹ֑ד אָלִ֖ין בַּמִּדְבָּ֣ר סֶֽלָה׃ 9 אָחִ֣ישָׁה מִפְלָ֣ט לִ֑י מֵר֖וּחַ סֹעָ֣ה מִסָּֽעַר׃ 10 בַּלַּ֣ע אֲ֭דֹנָי פַּלַּ֣ג לְשׁוֹנָ֑ם כִּֽי־רָאִ֨יתִי חָמָ֖ס וְרִ֣יב בָּעִֽיר׃ 11 יוֹמָ֤ם וָלַ֗יְלָה יְסוֹבְבֻ֥הָ עַל־חוֹמֹתֶ֑יהָ וְאָ֖וֶן וְעָמָ֣ל בְּקִרְבָּֽהּ׃ 12 הַוּ֥וֹת בְּקִרְבָּ֑הּ וְֽלֹא־יָמִ֥ישׁ מֵ֝רְחֹבָ֗הּ תֹּ֣ךְ וּמִרְמָֽה׃ 13 כִּ֤י לֹֽא־אוֹיֵ֥ב יְחָֽרְפֵ֗נִי וְאֶ֫שָּׂ֥א לֹֽא־מְ֭שַׂנְאִי עָלַ֣י הִגְדִּ֑יל וְאֶסָּתֵ֥ר מִמֶּֽנּוּ׃ 14 וְאַתָּ֣ה אֱנ֣וֹשׁ כְּעֶרְכִּ֑י אַ֝לּוּפִ֗י וּמְיֻדָּֽעִי׃ 15 אֲשֶׁ֣ר יַ֭חְדָּו נַמְתִּ֣יק ס֑וֹד בְּבֵ֥ית אֱ֝לֹהִ֗ים נְהַלֵּ֥ךְ בְּרָֽגֶשׁ׃ 16 ישימות עָלֵ֗ימוֹ יֵרְד֣וּ שְׁא֣וֹל חַיִּ֑ים כִּֽי־רָע֖וֹת בִּמְגוּרָ֣ם בְּקִרְבָּֽם׃ 17 אֲ֭נִי אֶל־אֱלֹהִ֣ים אֶקְרָ֑א וַ֝יהוָ֗ה יוֹשִׁיעֵֽנִי׃ 18 עֶ֤רֶב וָבֹ֣קֶר וְ֭צָהֳרַיִם אָשִׂ֣יחָה וְאֶהֱמֶ֑ה וַיִּשְׁמַ֥ע קוֹלִֽי׃ 19 פָּ֘דָ֤ה בְשָׁל֣וֹם נַ֭פְשִׁי מִקֲּרָב־לִ֑י כִּֽי־בְ֝רַבִּ֗ים הָי֥וּ עִמָּדִֽי׃ 20 יִשְׁמַ֤ע אֵ֨ל וְֽיַעֲנֵם֮ וְיֹ֤שֵׁ֥ב קֶ֗דֶם סֶ֥לָה אֲשֶׁ֤ר אֵ֣ין חֲלִיפ֣וֹת לָ֑מוֹ וְלֹ֖א יָרְא֣וּ אֱלֹהִֽים׃ 21 שָׁלַ֣ח יָ֭דָיו בִּשְׁלֹמָ֗יו חִלֵּ֥ל בְּרִיתֽוֹ׃ 22 חָלְק֤וּ מַחְמָאֹ֣ת פִּיו֮ וּֽקֲרָב־לִ֫בּ֥וֹ רַכּ֖וּ דְבָרָ֥יו מִשֶּׁ֗מֶן וְהֵ֣מָּה פְתִחֽוֹת׃ 23 הַשְׁלֵ֤ךְ עַל־יְהוָ֨ה יְהָבְךָ֮ וְה֪וּא יְכַ֫לְכְּלֶ֥ךָ לֹא־יִתֵּ֖ן לְעוֹלָ֥ם מ֗וֹט לַצַּדִּֽיק׃ 24 וְאַתָּ֤ה אֱלֹהִ֨ים תּוֹרִדֵ֬ם לִבְאֵ֬ר שַׁ֗חַת אַנְשֵׁ֤י דָמִ֣ים וּ֭מִרְמָה לֹא־יֶחֱצ֣וּ יְמֵיהֶ֑ם וַ֝אֲנִ֗י אֶבְטַח־בָּֽךְ׃