אידיש
1
אַ מזמור פֿון אָסָפֿן. דער גאָט פֿון געטער, יהוה, האָט גערעדט און גערופֿן די ערד, פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון ביז איר אונטערגאַנג.
2
פֿון צִיון דער קרױן פֿון שײנקײט, האָט אַרױסגעשײַנט גאָט.
3
אונדזער גאָט קומט, און ער שװײַגט ניט, אים פֿאַרױס פֿאַרצערט אַ פֿײַער, און אַרום אים טוט שטורעמען געװאַלטיק.
4
ער רופֿט צו די הימלען פֿון אױבן, און צו דער ערד, כּדי צו משפּטן זײַן פֿאָלק:
5
זאַמלט מיר אײַן מײַנע פֿרומע, די װאָס שליסן מײַן בונד איבער שלאַכטאָפּפֿער.
6
און די הימלען זאָגן אָן זײַן גערעכטיקײט, װאָרום גאָט, ער איז אַ ריכטער. סֶלָה.
7
הער מײַן פֿאָלק, און איך װעל רעדן, ישׂראל, און איך װעל דיך װאָרענען: גאָט דײַן גאָט בין איך.
8
ניט אום דײַנע שלאַכטאָפּפֿער װעל איך דיך שטראָפֿן; דײַנע בראַנדאָפּפֿער זײַנען דאָך תּמיד פֿאַר מיר.
9
איך װיל ניט נעמען פֿון דײַן הױז קײן אָקס, פֿון דײַנע שטאַלן קײן בעק.
10
װאָרום מײַן איז יעטװעדער חיה פֿון װאַלד, די בהמות אױף טױזנט בערג.
11
איך קען יעטװעדער פֿױגל פֿון די בערג, און די װידמענונג פֿון פֿעלד איז בײַ מיר.
12
אַז איך זאָל הונגעריק זײַן, װעל איך דיר ניט זאָגן, װאָרום מײַן איז די װעלט און איר פֿולקײט.
13
צי עס איך דאָס פֿלײש פֿון אָקסן? אָדער דאָס בלוט פֿון בעק טו איך טרינקען?
14
שלאַכט צו גאָט אַ דאַנקאָפּפֿער, און באַצאָל דעם אױבערשטן דײַנע נדרים.
15
און רוף מיך אין טאָג פֿון נױט, װעל איך דיך דערלײזן, און דו װעסט מיך ערלעכן.
16
און צום רָשע האָט גאָט געזאָגט: װי קומסטו צו דערצײלן מײַנע געזעצן, און נעמען מײַן בונד אױף דײַן מױל?
17
אַז דו האָסט פֿײַנט מוסר, און האָסט געװאָרפֿן מײַנע װערטער הינטער דיר.
18
אַז דו האָסט געזען אַ גנבֿ, האָסטו זיך געפֿרײַנטלט מיט אים, און מיט נוֹאפֿים איז געװען דײַן טײל.
19
דײַן מױל האָסטו לױז געלאָזט צום בײזן, און דײַן צונג פֿלעכט באַטרוג.
20
זיצסטו, באַרעדסטו דײַן ברודער, דעם זון פֿון דײַן מוטער באַנַװלסטו.
21
דאָס האָסטו געטאָן, און איך האָב געזאָלט שװײַגן? האָסטו געדאַכט, זײַן װי דו װעל איך זײַן; װעל איך דיך שטראָפֿן, און דיר לײגן פֿאַר דײַנע אױגן.
22
מערקט דאָס אַקאָרשט, איר װאָס פֿאַרגעסט אָן גאָט, כּדי איך זאָל ניט פֿאַרצוקן, און קײנער װעט ניט מציל זײַן.
23
דער װאָס שלאַכט אַ דאַנקאָפּפֿער, ערלעכט מיך, אָבער דעם װאָס באַטראַכט דעם װעג, אים װעל איך װײַזן די ישועה פֿון גאָט.