Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ געזאַנג; אַ מזמור פֿון די קינדער פֿון קֹרַח. 2 גרױס איז גאָט, און זײער געלױבט אין דער שטאָט פֿון אונדזער גאָט, אױף זײַן הײליקן באַרג. 3 שײן דערהײכט, די פֿרײד פֿון דער גאַנצער ערד, איז דער באַרג צִיון אין די עקן פֿון צפֿון, די שטאָט פֿון דעם גרױסן מלך. 4 גאָט אין אירע פּאַלאַצןאיז באַקאַנט פֿאַר אַ פֿעסטונג. 5 װאָרום זע, מלכים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, זײ זײַנען אַריבערגעקומען אין אײנעם. 6 װי זײ האָבן געזען, אַזױ האָבן זײ געגאַפֿט, דערשראָקענע האָבן זײ אַװעקגעאײַלט. 7 אַ ציטערניש האָט זײ אָנגענומען דאָרטן, אַ װײעניש װי אַ געװינערין. 8 מיט אַ מזרח-װינט האָסטו צעבראָכןדי שיפֿן פֿון תַּרְשִיש. 9 װי מיר האָבן געהערט, אַזױ האָבן מיר געזען, אין דער שטאָט פֿון יהוה פֿון צבֿאות, אין דער שטאָט פֿון אונדזער גאָט; גאָט זאָל זי אױפֿהאַלטן ביז אײביק. סֶלָה. 10 מיר האָבן געטראַכט, גאָט, אָן דײַן חֶסד, אין דער מיט פֿון דײַן טעמפּל. 11 אַזױ װי דײַן נאָמען, גאָט, אַזױ איז דײַן לױב ביז די עקן פֿון דער ערד; פֿול מיט גערעכטיקײט איז דײַן רעכטע האַנט. 12 זאָל זיך פֿרײען דער באַרג צִיון, זאָלן לוסטיק זײַן די טעכטערשטעט פֿון יהוּדה, פֿון װעגן דײַנע משפּטים. 13 גײט אַרום צִיון, און רינגלט זי אַרום, צײלט איבער אירע טורעמס. 14 טוט אַכט אױף אירע מױער, גײט דורך אירע פּאַלאַצן; כּדי איר זאָלט דערצײלן דעם שפּעטערדיקן דָור, 15 אַז דאָס איז גאָט, אונדזער גאָט, אײביק און שטענדיק; ער װעט אונדז פֿירן ביז אײביקײט.
עברית
1 שִׁ֥יר מִ֝זְמוֹר לִבְנֵי־קֹֽרַח׃ 2 גָּ֘ד֤וֹל יְהוָ֣ה וּמְהֻלָּ֣ל מְאֹ֑ד בְּעִ֥יר אֱ֝לֹהֵ֗ינוּ הַר־קָדְשֽׁוֹ׃ 3 יְפֵ֥ה נוֹף֮ מְשׂ֪וֹשׂ כָּל־הָ֫אָ֥רֶץ הַר־צִ֭יּוֹן יַרְכְּתֵ֣י צָפ֑וֹן קִ֝רְיַ֗ת מֶ֣לֶךְ רָֽב׃ 4 אֱלֹהִ֥ים בְּאַרְמְנוֹתֶ֗יהָ נוֹדַ֥ע לְמִשְׂגָּֽב׃ 5 כִּֽי־הִנֵּ֣ה הַ֭מְּלָכִים נֽוֹעֲד֑וּ עָבְר֥וּ יַחְדָּֽו׃ 6 הֵ֣מָּה רָ֭אוּ כֵּ֣ן תָּמָ֑הוּ נִבְהֲל֥וּ נֶחְפָּֽזוּ׃ 7 רְ֭עָדָה אֲחָזָ֣תַם שָׁ֑ם חִ֝֗יל כַּיּוֹלֵֽדָה׃ 8 בְּר֥וּחַ קָדִ֑ים תְּ֝שַׁבֵּ֗ר אֳנִיּ֥וֹת תַּרְשִֽׁישׁ׃ 9 כַּאֲשֶׁ֤ר שָׁמַ֨עְנוּ כֵּ֤ן רָאִ֗ינוּ בְּעִיר־יְהוָ֣ה צְ֭בָאוֹת בְּעִ֣יר אֱלֹהֵ֑ינוּ אֱלֹ֘הִ֤ים יְכוֹנְנֶ֖הָ עַד־עוֹלָ֣ם סֶֽלָה׃ 10 דִּמִּ֣ינוּ אֱלֹהִ֣ים חַסְדֶּ֑ךָ בְּ֝קֶ֗רֶב הֵיכָלֶֽךָ׃ 11 כְּשִׁמְךָ֤ אֱלֹהִ֗ים כֵּ֣ן תְּ֭הִלָּתְךָ עַל־קַצְוֵי־אֶ֑רֶץ צֶ֝֗דֶק מָלְאָ֥ה יְמִינֶֽךָ׃ 12 יִשְׂמַ֤ח הַר־צִיּ֗וֹן תָּ֭גֵלְנָה בְּנ֣וֹת יְהוּדָ֑ה לְ֝מַ֗עַן מִשְׁפָּטֶֽיךָ׃ 13 סֹ֣בּוּ צִ֭יּוֹן וְהַקִּיפ֑וּהָ סִ֝פְר֗וּ מִגְדָּלֶֽיהָ׃ 14 שִׁ֤יתוּ לִבְּכֶ֨ם לְֽחֵילָ֗ה פַּסְּג֥וּ אַרְמְנוֹתֶ֑יהָ לְמַ֥עַן תְּ֝סַפְּר֗וּ לְד֣וֹר אַחֲרֽוֹן׃ 15 כִּ֤י זֶ֨ה אֱלֹהִ֣ים אֱ֭לֹהֵינוּ עוֹלָ֣ם וָעֶ֑ד ה֖וּא יְנַהֲגֵ֣נוּ עַל־מֽוּת׃