Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מזמור. 2 קלאַפּט די הענט, אַלע פֿעלקער, שאַלט צו גאָט מיט אַ קָול פֿון געזאַנג. 3 װאָרום יהוה דער אײבערשטער איז פֿאָרכטיק, אַ גרױסער מלך איבער דער גאַנצער ערד. 4 ער אונטערטעניקט פֿעלקער אונטער אונדז, און אומות אונטער אונדזערע פֿיס. 5 ער װײלט אונדז אױס אונדזער נחלה, דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ װאָס ער האָט ליב. סֶלָה. 6 גאָט איז אױפֿגעגאַנגען מיט שאַלונג, יהוה מיט קָול פֿון שופֿר. 7 זינגט צו גאָט, זינגט, זינגט צו אונדזער מלך, זינגט. 8 װאָרום גאָט איז דער מלך פֿון דער גאַנצער ערד; זינגט מיט באַטראַכט. 9 גאָט קיניגט איבער די פֿעלקער, גאָט זיצט אױף זײַן הײליקן טראָן. 10 די פֿירשטן פֿון די אומות האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, דאָס פֿאָלק פֿון דעם גאָט פֿון אבֿרהם; װאָרום צו גאָט זײַנען די שילדן פֿון דער ערד, ער איז זײער דערהױבן.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֬חַ לִבְנֵי־קֹ֬רַח מִזְמֽוֹר׃ 2 כָּֽל־הָ֭עַמִּים תִּקְעוּ־כָ֑ף הָרִ֥יעוּ לֵ֝אלֹהִ֗ים בְּק֣וֹל רִנָּֽה׃ 3 כִּֽי־יְהוָ֣ה עֶלְי֣וֹן נוֹרָ֑א מֶ֥לֶךְ גָּ֝דוֹל עַל־כָּל־הָאָֽרֶץ׃ 4 יַדְבֵּ֣ר עַמִּ֣ים תַּחְתֵּ֑ינוּ וּ֝לְאֻמִּ֗ים תַּ֣חַת רַגְלֵֽינוּ׃ 5 יִבְחַר־לָ֥נוּ אֶת־נַחֲלָתֵ֑נוּ אֶ֥ת גְּא֨וֹן יַעֲקֹ֖ב אֲשֶׁר־אָהֵ֣ב סֶֽלָה׃ 6 עָלָ֣ה אֱ֭לֹהִים בִּתְרוּעָ֑ה יְ֝הֹוָ֗ה בְּק֣וֹל שׁוֹפָֽר׃ 7 זַמְּר֣וּ אֱלֹהִ֣ים זַמֵּ֑רוּ זַמְּר֖וּ לְמַלְכֵּ֣נוּ זַמֵּֽרוּ׃ 8 כִּ֤י מֶ֖לֶךְ כָּל־הָאָ֥רֶץ אֱלֹהִ֗ים זַמְּר֥וּ מַשְׂכִּֽיל׃ 9 מָלַ֣ךְ אֱ֭לֹהִים עַל־גּוֹיִ֑ם אֱ֝לֹהִ֗ים יָשַׁ֤ב עַל־כִּסֵּ֬א קָדְשֽׁוֹ׃ 10 נְדִ֘יבֵ֤י עַמִּ֨ים נֶאֱסָ֗פוּ עַם֮ אֱלֹהֵ֪י אַבְרָ֫הָ֥ם כִּ֣י לֵֽ֭אלֹהִים מָֽגִנֵּי־אֶ֗רֶץ מְאֹ֣ד נַעֲלָֽה׃