Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד. 2 גאָט איז אונדז אַ באַשיצונג און אַ שטאַרקײט, אַ הילף אין צרות, גרינג צו געפֿינען. 3 דרום װעלן מיר ניט מורא האָבן, װען די ערד זאָל זיך בײַטן, און װען די בערג זאָלן אומפֿאַלן אין האַרצן פֿון ים. 4 מעגן ברומען, מעגן שױמען זײַנע װאַסערן, מעגן ציטערן די בערג פֿאַר זײַן הױכקײט. סֶלָה. 5 אַ טײַך איז דאָ, װאָס זײַנע שטראָמען דערפֿרײען די שטאָט פֿון גאָט, די הײליקסטע װױנונג פֿון העכסטן. 6 גאָט איז אין איר מיט, זי װעט ניט אומפֿאַלן, גאָט װעט זי העלפֿן אַקעגן פֿרימאָרגן. 7 פֿעלקער האָבן געטומלט, קיניגרײַכן זײַנען אומגעפֿאַלן; ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קָול, טוט זיך װאַקלען די ערד. 8 מיט אונדז איז יהוה פֿון צבֿאות, אַ פֿעסטונג איז אונדז דער גאָט פֿון יעקבֿ. סֶלָה. 9 גײט זעט די אױפֿטוען פֿון גאָט, װאָס האָט געמאַכט פֿאַרװיסטונגען אין לאַנד. 10 ער מאַכט אױפֿהערן מלחמות ביזן עק פֿון דער ערד, דעם בױגן צעברעכט ער, און טוט צעהאַקן דעם שפּיז; רײַטװעגן פֿאַרברענט ער אין פֿײַער. 11 ״לאָזט אָפּ, און זײַט װיסן אַז איך בין גאָט, איך בין דערהױבן צװישן די פֿעלקער, דערהױבן אױף דער ערד.״ 12 יהוה פֿון צבֿאות איז מיט אונדז, אַ פֿעסטונג איז אונדז דער גאָט פֿון יעקבֿ. סֶלָה.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֥חַ לִבְנֵי־קֹ֑רַח עַֽל־עֲלָמ֥וֹת שִֽׁיר׃ 2 אֱלֹהִ֣ים לָ֭נוּ מַחֲסֶ֣ה וָעֹ֑ז עֶזְרָ֥ה בְ֝צָר֗וֹת נִמְצָ֥א מְאֹֽד׃ 3 עַל־כֵּ֣ן לֹא־נִ֭ירָא בְּהָמִ֣יר אָ֑רֶץ וּבְמ֥וֹט הָ֝רִ֗ים בְּלֵ֣ב יַמִּֽים׃ 4 יֶהֱמ֣וּ יֶחְמְר֣וּ מֵימָ֑יו יִֽרְעֲשֽׁוּ־הָרִ֖ים בְּגַאֲוָת֣וֹ סֶֽלָה׃ 5 נָהָ֗ר פְּלָגָ֗יו יְשַׂמְּח֥וּ עִיר־אֱלֹהִ֑ים קְ֝דֹ֗שׁ מִשְׁכְּנֵ֥י עֶלְיֽוֹן׃ 6 אֱלֹהִ֣ים בְּ֭קִרְבָּהּ בַּל־תִּמּ֑וֹט יַעְזְרֶ֥הָ אֱ֝לֹהִ֗ים לִפְנ֥וֹת בֹּֽקֶר׃ 7 הָמ֣וּ ג֭וֹיִם מָ֣טוּ מַמְלָכ֑וֹת נָתַ֥ן בְּ֝קוֹל֗וֹ תָּמ֥וּג אָֽרֶץ׃ 8 יְהוָ֣ה צְבָא֣וֹת עִמָּ֑נוּ מִשְׂגָּֽב־לָ֝נוּ אֱלֹהֵ֖י יַעֲקֹ֣ב סֶֽלָה׃ 9 לְֽכוּ־חֲ֭זוּ מִפְעֲל֣וֹת יְהוָ֑ה אֲשֶׁר־שָׂ֖ם שַׁמּ֣וֹת בָּאָֽרֶץ׃ 10 מַשְׁבִּ֥ית מִלְחָמוֹת֮ עַד־קְצֵ֪ה הָ֫אָ֥רֶץ קֶ֣שֶׁת יְ֭שַׁבֵּר וְקִצֵּ֣ץ חֲנִ֑ית עֲ֝גָל֗וֹת יִשְׂרֹ֥ף בָּאֵֽשׁ׃ 11 הַרְפּ֣וּ וּ֭דְעוּ כִּי־אָנֹכִ֣י אֱלֹהִ֑ים אָר֥וּם בַּ֝גּוֹיִ֗ם אָר֥וּם בָּאָֽרֶץ׃ 12 יְהוָ֣ה צְבָא֣וֹת עִמָּ֑נוּ מִשְׂגָּֽב־לָ֝נוּ אֱלֹהֵ֖י יַעֲקֹ֣ב סֶֽלָה׃