Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ באַטראַכטונג. 2 גאָט, מיט אונדזערע אױערן האָבן מיר געהערט, אונדזערע עלטערן האָבן אונדז דערצײלט, די טוּונג װאָס דו האָסט געטאָן אין זײערע טעג, אין די טעג פֿון פֿאַרצײַטן. 3 דו מיט דײַן האַנט האָסט פֿעלקער פֿאַרטריבן, און זײ האָסטו אײַנגעפֿלאַנצט, האָסט צעבראָכן אומות, און זײ האָסטו אױסגעשפּרײט. 4 װאָרום ניט מיט זײער שװערד האָבן זײ געאַרבט דאָס לאַנד, און ניט זײער אָרעם האָט זײ געהאָלפֿן, נאָר דײַן רעכטע האַנט און דײַן אָרעם, און דאָס ליכט פֿון דײַן פּנים, װײַל דו האָסט זײ באַװיליקט. 5 דו ביסט מײַן קיניג, גאָט; באַפֿעל די ישועה פֿון יעקבֿ. 6 מיט דיר שטױסן מיר אונדזערע פֿײַנט, מיט דײַן נאָמען צעטרעטן מיר אונדזערע קעגנשטײער. 7 װאָרום ניט אױף מײַן בױגן פֿאַרזיכער איך מיך, און מײַן שװערד קען מיך ניט העלפֿן. 8 נײַערט דו האָסט אונדז געהאָלפֿן פֿון אונדזערע פֿײַנט, און אונדזערע שָׂונאים צו שאַנד געמאַכט. 9 מיט גאָט האָבן מיר זיך גערימט אַ גאַנצן טאָג, און דײַן נאָמען לױבן מיר אײביק. סֶלָה. 10 אָבער האָסט פֿאַרלאָזן און פֿאַרשעמט אונדז, און גײסט ניט אַרױס מיט אונדזערע מחנות. 11 מאַכסט אונדז צוריקגײן פֿאַרן פֿײַנט, און אונדזערע שָׂונאים רױבן זיך אָן. 12 האָסט אונדז אָפּגעגעבן װי שאָף צום עסן, און צװישן די פֿעלקער האָסטו אונדז צעשפּרײט. 13 האָסט פֿאַרקױפֿט דײַן אומה פֿאַר שפּאָטגעלט, און האָסט ניט הױך געשטעלט זײער מקח. 14 מאַכסט אונדז צו חרפּה בײַ אונדזערע שכנים, אַ געלעכטער און אַ שפּאָט בײַ אונדזערע אַרומיקע. 15 מאַכסט אונדז פֿאַר אַ שפּריכװאָרט צװישן די פֿעלקער, אַ קאָפּשאָקלעניש צװישן די אומות. 16 אַ גאַנצן טאָג איז מײַן שאַנד אַנטקעגן מיר, און די בושה פֿון מײַן פּנים האָט מיך באַדעקט, 17 פֿון קָול פֿון דעם לעסטערער און שענדער, פֿון װעגן דעם פֿײַנט און דעם ראַכענעמער. 18 דאָס אַלץ איז געקומען אױף אונדז, אָבער מיר האָבן ניט פֿאַרגעסן אָן דיר, און ניט געלײקנט אָן דײַן בונד. 19 ניט אָפּגעקערט אַהינטער האָט זיך אונדזער האַרץ, אַז אונדזערע טריט זאָלן זיך אָפּנײַגן פֿון דײַן שטעג; 20 הגם דו האָסט אונדז פֿאַרשטױסן אין אַן אָרט פֿון שאַקאַלן, און אונדז איבערגעדעקט מיט טױטשאָטן. 21 אױב מיר װאָלטן פֿאַרגעסן אָן דעם נאָמען פֿון אונדזער גאָט, און אױסגעשפּרײט אונדזערע הענט צו אַ פֿרעמדן גאָט, 22 װאָלט דען גאָט דאָס ניט אױספֿאָרשן? װאָרום ער װײס די פֿאַרבאָרגענישן פֿון האַרצן. 23 יאָ, איבער דיר װערן מיר געהרגעט אַ גאַנצן טאָג, מיר װערן גערעכנט װי שאָף צו דער שחיטה. 24 דערװעק דיך, פֿאַר װאָס שלאָפֿסטו, גאָט? װאַך אױף, זאָלסט אונדז ניט פֿאַרלאָזן אױף אײביק. 25 פֿאַר װאָס פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים, פֿאַרגעסט אונדזער פּײַן און אונדזער קלעם? 26 װאָרום געבױגן צום שטױב איז אונדזער זעל, באַהעפֿט צו דער ערד איז אונדזער לײַב. 27 שטײ אױף אונדז צו הילף, און לײז אונדז אױס פֿון װעגן דײַן גענאָד.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֬חַ לִבְנֵי־קֹ֬רַח מַשְׂכִּֽיל׃ 2 אֱלֹהִ֤ים בְּאָזְנֵ֬ינוּ שָׁמַ֗עְנוּ אֲבוֹתֵ֥ינוּ סִפְּרוּ־לָ֑נוּ פֹּ֥עַל פָּעַ֥לְתָּ בִֽ֝ימֵיהֶ֗ם בִּ֣ימֵי קֶֽדֶם׃ 3 אַתָּ֤ה יָדְךָ֡ גּוֹיִ֣ם ה֭וֹרַשְׁתָּ וַתִּטָּעֵ֑ם תָּרַ֥ע לְ֝אֻמִּ֗ים וַֽתְּשַׁלְּחֵֽם׃ 4 כִּ֤י לֹ֪א בְחַרְבָּ֡ם יָ֥רְשׁוּ אָ֗רֶץ וּזְרוֹעָם֮ לֹא־הוֹשִׁ֪יעָ֫ה לָּ֥מוֹ כִּֽי־יְמִֽינְךָ֣ וּ֭זְרוֹעֲךָ וְא֥וֹר פָּנֶ֗יךָ כִּ֣י רְצִיתָֽם׃ 5 אַתָּה־ה֣וּא מַלְכִּ֣י אֱלֹהִ֑ים צַ֝וֵּ֗ה יְשׁוּע֥וֹת יַעֲקֹֽב׃ 6 בְּ֭ךָ צָרֵ֣ינוּ נְנַגֵּ֑חַ בְּ֝שִׁמְךָ֗ נָב֥וּס קָמֵֽינוּ׃ 7 כִּ֤י לֹ֣א בְקַשְׁתִּ֣י אֶבְטָ֑ח וְ֝חַרְבִּ֗י לֹ֣א תוֹשִׁיעֵֽנִי׃ 8 כִּ֣י ה֭וֹשַׁעְתָּנוּ מִצָּרֵ֑ינוּ וּמְשַׂנְאֵ֥ינוּ הֱבִישֽׁוֹתָ׃ 9 בֵּֽ֭אלֹהִים הִלַּלְ֣נוּ כָל־הַיּ֑וֹם וְשִׁמְךָ֓ לְעוֹלָ֖ם נוֹדֶ֣ה סֶֽלָה׃ 10 אַף־זָ֭נַחְתָּ וַתַּכְלִימֵ֑נוּ וְלֹא־תֵ֝צֵ֗א בְּצִבְאוֹתֵֽינוּ׃ 11 תְּשִׁיבֵ֣נוּ אָ֭חוֹר מִנִּי־צָ֑ר וּ֝מְשַׂנְאֵ֗ינוּ שָׁ֣סוּ לָֽמוֹ׃ 12 תִּ֭תְּנֵנוּ כְּצֹ֣אן מַאֲכָ֑ל וּ֝בַגּוֹיִ֗ם זֵרִיתָֽנוּ׃ 13 תִּמְכֹּֽר־עַמְּךָ֥ בְלֹא־ה֑וֹן וְלֹ֥א־רִ֝בִּ֗יתָ בִּמְחִירֵיהֶֽם׃ 14 תְּשִׂימֵ֣נוּ חֶ֭רְפָּה לִשְׁכֵנֵ֑ינוּ לַ֥עַג וָ֝קֶ֗לֶס לִסְבִיבוֹתֵֽינוּ׃ 15 תְּשִׂימֵ֣נוּ מָ֭שָׁל בַּגּוֹיִ֑ם מְנֽוֹד־רֹ֝֗אשׁ בַּל־אֻמִּֽים׃ 16 כָּל־הַ֭יּוֹם כְּלִמָּתִ֣י נֶגְדִּ֑י וּבֹ֖שֶׁת פָּנַ֣י כִּסָּֽתְנִי׃ 17 מִ֭קּוֹל מְחָרֵ֣ף וּמְגַדֵּ֑ף מִפְּנֵ֥י א֝וֹיֵ֗ב וּמִתְנַקֵּֽם׃ 18 כָּל־זֹ֣את בָּ֭אַתְנוּ וְלֹ֣א שְׁכַחֲנ֑וּךָ וְלֹֽא־שִׁ֝קַּ֗רְנוּ בִּבְרִיתֶֽךָ׃ 19 לֹא־נָס֣וֹג אָח֣וֹר לִבֵּ֑נוּ וַתֵּ֥ט אֲשֻׁרֵ֗ינוּ מִנִּ֥י אָרְחֶֽךָ׃ 20 כִּ֣י דִ֭כִּיתָנוּ בִּמְק֣וֹם תַּנִּ֑ים וַתְּכַ֖ס עָלֵ֣ינוּ בְצַלְמָֽוֶת׃ 21 אִם־שָׁ֭כַחְנוּ שֵׁ֣ם אֱלֹהֵ֑ינוּ וַנִּפְרֹ֥שׂ כַּ֝פֵּ֗ינוּ לְאֵ֣ל זָֽר׃ 22 הֲלֹ֣א אֱ֭לֹהִים יַֽחֲקָר־זֹ֑את כִּֽי־ה֥וּא יֹ֝דֵ֗עַ תַּעֲלֻמ֥וֹת לֵֽב׃ 23 כִּֽי־עָ֭לֶיךָ הֹרַ֣גְנוּ כָל־הַיּ֑וֹם נֶ֝חְשַׁ֗בְנוּ כְּצֹ֣אן טִבְחָֽה׃ 24 ע֤וּרָה לָ֖מָּה תִישַׁ֥ן אֲדֹנָ֑י הָ֝קִ֗יצָה אַל־תִּזְנַ֥ח לָנֶֽצַח׃ 25 לָֽמָּה־פָנֶ֥יךָ תַסְתִּ֑יר תִּשְׁכַּ֖ח עָנְיֵ֣נוּ וְֽלַחֲצֵֽנוּ׃ 26 כִּ֤י שָׁ֣חָה לֶעָפָ֣ר נַפְשֵׁ֑נוּ דָּבְקָ֖ה לָאָ֣רֶץ בִּטְנֵֽנוּ׃ 27 ק֭וּמָֽה עֶזְרָ֣תָה לָּ֑נוּ וּ֝פְדֵ֗נוּ לְמַ֣עַן חַסְדֶּֽךָ׃