אידיש
1
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור.
2
האָפֿן געהאָפֿט האָב איך אױף גאָט, און ער האָט זיך גענײַגט צו מיר, און צוגעהערט מײַן געשרײ.
3
און ער האָט מיך אַרױפֿגעבראַכט פֿון דער װיסטער גרוב, פֿון דעם זומפּיקן לײם, און ער האָט געשטעלט אױף אַ פֿעלדז מײַנע פֿיס, ער האָט באַפֿעסטיקט מײַנע טריט.
4
און ער האָט געגעבן אין מײַן מױל אַ נײַ געזאַנג, אַ לױב צו אונדזער גאָט. פֿיל װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן, און װעלן זיך פֿאַרזיכערן אױף גאָט.
5
װױל צו דעם מאַן װאָס האָט געמאַכט גאָט זײַן פֿאַרזיכערונג, און זיך ניט געװענדט צו די האָפֿערדיקע, און צו די װאָס קערן זיך אָפּ צו פֿאַלשקײט.
6
פֿיל האָסטו אױפֿגעטאָן, יהוה מײַן גאָט – דײַנע װוּנדער און דײַנע טראַכטונגען פֿון אונדזערט-װעגן; ניטאָ קײן גלײַכן צו דיר. זאָל איך דערצײלן און זאָגן, זײַנען זײ צו פֿיל אױסצורעכענען.
7
שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער באַגערסטו ניט – האָסטו אין די אױערן מיר אײַנגעגראָבן – בראַנדאָפּפֿער און זינדאָפּפֿער פֿאַרלאַנגסטו ניט.
8
דרום האָב איך געזאָגט: איך װעל טאָןװאָס אין געראָלטן סֵפֿר איז אָנגעשריבן פֿאַר מיר.
9
צו טאָן דײַן רָצון, מײַן גאָט, האָב איך באַגערט, און דײַן תּורה איז אין מײַנע אינגעװײד.
10
איך האָב אָנגעזאָגט גערעכטיקײט אין אַ גרױס געזעמל; זע, מײַנע ליפּן טו איך ניט פֿאַרמײַדן; גאָט, דו װײסט דאָך.
11
דײַן גערעכטיקײט האָב איך ניט פֿאַרדעקט אין מײַן האַרצן, דײַן טרײַשאַפֿט און דײַן הילף האָב איך דערצײלט; איך האָב ניט פֿאַרהױלן דײַן גענאָד און דײַן אמתפֿאַרן גרױסן געזעמל.
12
ניט פֿאַרמײַדן זאָלסטו דו, גאָט, דײַן דערבאַרימונג פֿון מיר, דײַן גענאָד און דײַן אמת זאָלן מיך תּמיד באַהיטן.
13
װאָרום אַרומגערינגלט האָבן מיך בײזן אַזש אָן צאָל, דערגרײכט האָבן מיך מײַנע זינד, אַז איך קען ניט זען; זײ זײַנען מער װי די האָר פֿון מײַן קאָפּ, און מײַן האַרץ האָט מיך פֿאַרלאָזן.
14
באַװיליק, גאָט, מיך מציל צו זײַן, גאָט, אײַל מיר צו הילף.
15
זאָל פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן אין אײנעםדי װאָס זוכן מײַן לעבן, עס אומצוברענגען; זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמעןדי װאָס װינטשן מיר בײז.
16
זאָלן באַנומען װערן פֿון װעגן זײער שאַנדדי װאָס זאָגן אױף מיר: אַהאַ! אַהאַ!
17
זאָלן זײַן לוסטיק און זיך פֿרײען מיט דיראַלע װאָס זוכן דיך; זאָלן תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן גאָט! די װאָס האָבן ליב דײַן ישועה.
18
און איך אָרימער און באַדערפֿטיקער – זאָל גאָט דאָס מיר צורעכענען. דו ביסט מײַן הילף, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען; מײַן גאָט, זאָלסט זיך ניט זאַמען.