Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; אַ מזמור פֿון דָוִדן. 2 איך האָב געזאָגט: איך װעל היטן מײַנע װעגןפֿון צו זינדיקן מיט מײַן צונג; איך װעל האַלטן אַ שלאָס אױף מײַן מױל, בעת דער רָשע איז פֿאַר מיר. 3 איך בין שטיל אַנטשטומט געװען, איך האָב געשװיגן, אָן גוטס, און מײַן װײטאָג איז געװען אײַנגעהאַלטן. 4 איז מײַן האַרץ אין מיר הײס געװאָרן, האָט אין מײַן געמיט זיך אַ פֿײַער צעברענט; האָב איך גערעדט מיט מײַן צונג: 5 לאָז מיך װיסן, גאָט, מײַן סָוף, און די מאָס פֿון מײַנע טעג, װאָס זי איז, לאָמיך װיסן װי פֿאַרגײיִק איך בין. 6 זע, װי אַ שפּאַן האָסטו געמאַכט מײַנע טעג, און מײַן געדױער איז װי גאָרנישט קעגן דיר; פֿאַר װאָר, אַ בלױזער הױך װאָס באַשטײט איז איטלעכער מענטש. סֶלָה. 7 בלױז װי אַן אָפּדוכט גײט אום דער מענטש, בלױז אומנישט טומלען זײ; ער קלײַבט, און ער װײס ניט װער דאָס װעט אײַנזאַמלען. 8 און אַצונד, װאָס זאָל איך האָפֿן, גאָט? מײַן אױסקוק, ער איז אױף דיר. 9 זײַ מיך מציל פֿון אַלע מײַנע פֿאַרברעכן; זאָלסט מיך ניט מאַכן צום שפּאָט פֿון דעם נידערטרעכטיקן. 10 איך בין שטום, איך עפֿן ניט מײַן מױל, װאָרום דו האָסט עס געטאָן. 11 טו אָפּ פֿון מיר דײַן פּלאָג, פֿון דעם שטרײַט פֿון דײַן האַנט װער איך פֿאַרלענדט. 12 װאָלסטו מיט שטראָפֿרײד געמוסרט דעם מענטשן פֿאַר זינד! אָבער מאַכסט צעקריכן װי מאָיל זײַן שײנקײט. בלױז אַ הױך איז איטלעכער מענטש. סֶלָה. 13 הער צו מײַן תּפֿילה, גאָט, און מײַן געשרײ פֿאַרנעם; אױף מײַן טרער זאָלסטו ניט שװײַגן; װאָרום אַ פֿרעמדער בין איך בײַ דיר, אַן אײַנגעװאַנדערטער װי אַלע מײַנע עלטערן. 14 קוק אַװעק פֿון מיר, און לאָמיך זיך אױפֿמונטערן, אײדער איך װעל אַװעקגײן און מער ניט זײַן.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֥חַ לידיתון מִזְמ֥וֹר לְדָוִֽד׃ 2 אָמַ֗רְתִּי אֶֽשְׁמְרָ֣ה דְרָכַי֮ מֵחֲט֪וֹא בִלְשׁ֫וֹנִ֥י אֶשְׁמְרָ֥ה לְפִ֥י מַחְס֑וֹם בְּעֹ֖ד רָשָׁ֣ע לְנֶגְדִּֽי׃ 3 נֶאֱלַ֣מְתִּי ד֭וּמִיָּה הֶחֱשֵׁ֣יתִי מִטּ֑וֹב וּכְאֵבִ֥י נֶעְכָּֽר׃ 4 חַם־לִבִּ֨י בְּקִרְבִּ֗י בַּהֲגִיגִ֥י תִבְעַר־אֵ֑שׁ דִּ֝בַּ֗רְתִּי בִּלְשֽׁוֹנִי׃ 5 הוֹדִ֘יעֵ֤נִי יְהוָ֨ה קִצִּ֗י וּמִדַּ֣ת יָמַ֣י מַה־הִ֑יא אֵ֝דְעָ֗ה מֶה־חָדֵ֥ל אָֽנִי׃ 6 הִנֵּ֤ה טְפָח֨וֹת נָ֘תַ֤תָּה יָמַ֗י וְחֶלְדִּ֣י כְאַ֣יִן נֶגְדֶּ֑ךָ אַ֥ךְ כָּֽל־הֶ֥בֶל כָּל־אָ֝דָ֗ם נִצָּ֥ב סֶֽלָה׃ 7 אַךְ־בְּצֶ֤לֶם יִֽתְהַלֶּךְ־אִ֗ישׁ אַךְ־הֶ֥בֶל יֶהֱמָי֑וּן יִ֝צְבֹּ֗ר וְֽלֹא־יֵדַ֥ע מִי־אֹסְפָֽם׃ 8 וְעַתָּ֣ה מַה־קִּוִּ֣יתִי אֲדֹנָ֑י תּ֝וֹחַלְתִּ֗י לְךָ֣ הִֽיא׃ 9 מִכָּל־פְּשָׁעַ֥י הַצִּילֵ֑נִי חֶרְפַּ֥ת נָ֝בָ֗ל אַל־תְּשִׂימֵֽנִי׃ 10 נֶ֭אֱלַמְתִּי לֹ֣א אֶפְתַּח־פִּ֑י כִּ֖י אַתָּ֣ה עָשִֽׂיתָ׃ 11 הָסֵ֣ר מֵעָלַ֣י נִגְעֶ֑ךָ מִתִּגְרַ֥ת יָ֝דְךָ֗ אֲנִ֣י כָלִֽיתִי׃ 12 בְּֽתוֹכָ֘ח֤וֹת עַל־עָוֺ֨ן יִסַּ֬רְתָּ אִ֗ישׁ וַתֶּ֣מֶס כָּעָ֣שׁ חֲמוּד֑וֹ אַ֤ךְ הֶ֖בֶל כָּל־אָדָ֣ם סֶֽלָה׃ 13 שִֽׁמְעָ֥ה־תְפִלָּתִ֨י יְהוָ֡ה וְשַׁוְעָתִ֨י הַאֲזִינָה֮ אֶֽל־דִּמְעָתִ֗י אַֽל־תֶּ֫חֱרַ֥שׁ כִּ֤י גֵ֣ר אָנֹכִ֣י עִמָּ֑ךְ תּ֝וֹשָׁ֗ב כְּכָל־אֲבוֹתָֽי׃ 14 הָשַׁ֣ע מִמֶּ֣נִּי וְאַבְלִ֑יגָה בְּטֶ֖רֶם אֵלֵ֣ךְ וְאֵינֶֽנִּי׃