אידיש
1
פֿון דָוִדן. זאָלסט זיך ניט ערגערן װעגן די שלעכטסטוער, זאָלסט ניט מקנא זײַן די װאָס טוען אומרעכט.
2
װאָרום גיך װי גראָז װעלן זײ פֿאַרשניטן װערן, און װי גרינע קרײַטעכץ װעלן זײ פֿאַרװעלקט װערן.
3
פֿאַרזיכער זיך אױף גאָט, און טו גוטס, זיץ רויִק אין לאַנד, און היט אָפּ װאָרהאַפֿטיקײט,
4
און קװיק זיך מיט גאָט, און ער װעט דיר געבן די פֿאַרלאַנגען פֿון דײַן האַרצן.
5
פֿאַרלאָז אױף גאָט דײַן װעג, און פֿאַרזיכער זיך אױף אים, און ער װעט טאָן.
6
און ער װעט אַרױסברענגען װי דאָס ליכט דײַן גערעכטיקײט, און דײַן משפּט װי דער מיטן טאָג.
7
האַר צו גאָט, און האָף צו אים, זאָלסט זיך ניט ערגערן װעגן דעם װאָס איז מצליח אױף זײַן װעג, װעגן דעם מאַן װאָס טוט ליסטיקײטן.
8
לאָז אָפּ פֿון כּעס, און פֿאַרלאָז גרימצאָרן; זאָלסט זיך ניט ערגערן; דאָס פֿירט בלױז צום בײזן.
9
װאָרום די שלעכטסטוער װעלן פֿאַרשניטן װערן, און די װאָס האָפֿן צו גאָט, זײ װעלן אַרבן דאָס לאַנד.
10
און נאָך אַ קלײן װײַלע, און דער רָשע װעט ניט זײַן, און װעסט זיך אומקוקן אױף זײַן אָרט, און ער איז ניטאָ.
11
אָבער די געדריקטע װעלן אַרבן דאָס לאַנד, און װעלן זיך קװיקן מיט גרױס פֿריד.
12
דער רָשע טראַכט בײז קעגן צדיק, און ער קריצט אױף אים זײַנע צײן.
13
גאָט לאַכט פֿון אים, װאָרום ער זעט אַז זײַן טאָג װעט קומען.
14
די רשָעים ציִען אַרױס די שװערד, און שפּאַנען זײער בױגן, צו מאַכן פֿאַלן דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון, צו שעכטן די װאָס זײער װעג איז גלײַך.
15
װעט זײער שװערד אַרײַן אין זײער האַרצן, און זײערע בױגנס װעלן צעבראָכן װערן.
16
בעסער דאָס ביסל בײַם צדיק, אײדער די שפֿע פֿון פֿיל רשָעים.
17
װאָרום די אָרעמס פֿון די רשָעים װעלן צעבראָכן װערן, אָבער די צדיקים לענט אונטער גאָט.
18
גאָט מערקט די טעג פֿון די אומשולדיקע, און זײער אַרב װעט זײַן אױף אײביק.
19
זײ װעלן ניט פֿאַרשעמט װערן אין צײַט פֿון בײז, און אין טעג פֿון הונגער װעלן זײ זאַט זײַן.
20
װאָרום די רשָעים װעלן אונטערגײן, און די פֿײַנט פֿון גאָט אַזױ װי שװערע לעמער; זײ פֿאַרגײען, אין רױך פֿאַרגײען זײ.
21
דער רָשע לײַט און באַצאָלט ניט, און דער צדיק לײַטזעליקט און גיט.
22
װאָרום זײַנע געבענטשטע אַרבן דאָס לאַנד, און זײַנע פֿאַרשאָלטענע װערן פֿאַרשניטן.
23
פֿון גאָט װערן אָנגעשטעלט די טריט פֿון מענטשן, און ער באַװיליקט זײַן װעג.
24
אַז ער פֿאַלט, בלײַבט ער ניט ליגן, װאָרום גאָט לענט אונטער זײַן האַנט.
25
איך בין יונג געװען און בין אַלט געװאָרן, און איך האָב ניט געזען אַ צדיק פֿאַרלאָזן, און זײַן זאָמען בעטלענדיק ברױט.
26
אַ גאַנצן טאָג איז ער לײַטזעליק און אַנטלײַט, און זײַן זאָמען איז אַ בענטשונג.
27
קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס, און טו גוטס, און בלײַב רוען אױף אײביק.
28
װאָרום גאָט האָט ליב גערעכטיקײט, און פֿאַרלאָזט ניט זײַנע פֿרומע; אײביק װערן זײ אָפּגעהיט, אָבער דער זאָמען פֿון די רשָעים װערט פֿאַרשניטן.
29
די צדיקים װעלן אַרבן דאָס לאַנד, און װעלן װױנען דערױף שטענדיק.
30
דאָס מױל פֿון דעם צדיק לאָזט אַרױס חכמה, און זײַן צונג רעדט גערעכטיקײט.
31
די תּורה פֿון זײַן גאָט איז אין זײַן האַרצן, זײַנע טריט גליטשן זיך ניט אױס.
32
דער רָשע קוקט אױס אױפֿן צדיק, און זוכט אים צו טײטן.
33
גאָט װעט אים ניט איבערלאָזן אין זײַן האַנט, און ניט לאָזן אים שולדיק מאַכן, אַז ער װערט געמשפּט.
34
האָף צו גאָט, און היט זײַן װעג, און ער װעט דיך דערהײבן צו אַרבן דאָס לאַנד; װעסט צוזען װי די רשָעים װערן פֿאַרשניטן.
35
איך האָב געזען דעם רָשע מאַכטיק, און צעשפּרײט װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער אַלטגעזעסענער בױם;
36
אָבער מע איז פֿאַרבײַגעגאַנגען, ערשט ער איז ניטאָ, און איך האָב אים געזוכט, און ער איז ניט געװען צו געפֿינען.
37
באַטראַכט דעם אומשולדיקן, און זע דעם רעכטפֿאַרטיקן, אַז דער סָוף פֿון איטלעכן איז אַ גליקלעכער.
38
און די פֿאַרברעכער װערן פֿאַרטיליקט אין אײנעם, דער סָוף פֿון די רשָעים װערט פֿאַרשניטן.
39
אָבער די הילף פֿון די צדיקים איז פֿון גאָט, זײער פֿעסטונג אין צײַט פֿון נױט.
40
און גאָט שטײט זײ בײַ, און מאַכט זײ אַנטרינען, ער מאַכט זײ אַנטרינען פֿון די רשָעים, און העלפֿט זײ, װײַל זײ האָבן זיך געשיצט אין אים.