Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון גאָט, פֿון דָוִדן. 2 די זינד רעדט צום רָשע – קלער איך אין האַרצן; ניטאָ גאָטס מורא פֿאַר זײַנע אױגן. 3 װאָרום צופֿיל חַנפֿעט זי אים אין זײַנע אױגן, אַז ער זאָל קענען פֿײַנט האָבן זײַן פֿאַרברעך. 4 די װערטער פֿון זײַן מױל זײַנען אומרעכט און באַטרוג, ער האָט אױפֿגעהערט פֿאַרשטײן צו טאָן גוטס. 5 אומרעכט טראַכט ער אױף זײַן געלעגער, ער שטײט אױפֿן ניט גוטן װעג, דאָס בײז װערט אים ניט נמאס. 6 גאָט, ביז אין די הימלען איז דײַן חֶסד, דײַן טרײַשאַפֿט ביז די װאָלקן. 7 דײַן גערעכטיקײט איז װי די מאַכטיקע בערג, דײַנע משפּטים װי דער גרױסער תּהָום; מענטשן און בהמות טוסטו העלפֿן, גאָט. 8 װי טײַער איז דײַן חֶסד, גאָט, און די מענטשנקינדער שיצן זיךאין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען. 9 זײ זעטן זיך מיט דער פֿעטקײט פֿון דײַן הױז, און פֿון דעם טײַך פֿון דײַנע תּענוגים טרינקסטו זײ אָן. 10 װאָרום בײַ דיר איז דער קװאַל פֿון לעבן, אין דײַן ליכט זעען מיר ליכטיקײט. 11 צי אױס דײַן חֶסד צו די װאָס קענען דיך, און דײַן גערעכטיקײט צו די רעכטפֿאַרטיקע הערצער. 12 זאָל ניט צוקומען צו מיר דער פֿוס פֿון גאװה, און די האַנט פֿון רשָעים זאָל מיך ניט פֿאַרװאָגלען. 13 אָן זײַנען געפֿאַלן די טוער פֿון אומרעכט, זײ זײַנען אַנידערגעשטױסן, און קענען ניט אױפֿשטײן.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֬חַ לְעֶֽבֶד־יְהוָ֬ה לְדָוִֽד׃ 2 נְאֻֽם־פֶּ֣שַׁע לָ֭רָשָׁע בְּקֶ֣רֶב לִבִּ֑י אֵֽין־פַּ֥חַד אֱ֝לֹהִ֗ים לְנֶ֣גֶד עֵינָֽיו׃ 3 כִּֽי־הֶחֱלִ֣יק אֵלָ֣יו בְּעֵינָ֑יו לִמְצֹ֖א עֲוֺנ֣וֹ לִשְׂנֹֽא׃ 4 דִּבְרֵי־פִ֭יו אָ֣וֶן וּמִרְמָ֑ה חָדַ֖ל לְהַשְׂכִּ֣יל לְהֵיטִֽיב׃ 5 אָ֤וֶן יַחְשֹׁ֗ב עַֽל־מִשְׁכָּ֫ב֥וֹ יִ֭תְיַצֵּב עַל־דֶּ֣רֶךְ לֹא־ט֑וֹב רָ֝֗ע לֹ֣א יִמְאָֽס׃ 6 יְ֭הוָה בְּהַשָּׁמַ֣יִם חַסְדֶּ֑ךָ אֱ֝מֽוּנָתְךָ֗ עַד־שְׁחָקִֽים׃ 7 צִדְקָֽתְךָ֨ כְּֽהַרְרֵי־אֵ֗ל מִ֭שְׁפָּטֶךָ תְּה֣וֹם רַבָּ֑ה אָ֤דָֽם־וּבְהֵמָ֖ה תוֹשִׁ֣יעַ יְהוָֽה׃ 8 מַה־יָּקָ֥ר חַסְדְּךָ֗ אֱלֹ֫הִ֥ים וּבְנֵ֥י אָדָ֑ם בְּצֵ֥ל כְּ֝נָפֶ֗יךָ יֶחֱסָיֽוּן׃ 9 יִ֭רְוְיֻן מִדֶּ֣שֶׁן בֵּיתֶ֑ךָ וְנַ֖חַל עֲדָנֶ֣יךָ תַשְׁקֵֽם׃ 10 כִּֽי־עִ֭מְּךָ מְק֣וֹר חַיִּ֑ים בְּ֝אוֹרְךָ֗ נִרְאֶה־אֽוֹר׃ 11 מְשֹׁ֣ךְ חַ֭סְדְּךָ לְיֹדְעֶ֑יךָ וְ֝צִדְקָֽתְךָ֗ לְיִשְׁרֵי־לֵֽב׃ 12 אַל־תְּ֭בוֹאֵנִי רֶ֣גֶל גַּאֲוָ֑ה וְיַד־רְ֝שָׁעִ֗ים אַל־תְּנִדֵֽנִי׃ 13 שָׁ֣ם נָ֭פְלוּ פֹּ֣עֲלֵי אָ֑וֶן דֹּ֝ח֗וּ וְלֹא־יָ֥כְלוּ קֽוּם׃