אידיש
1
פֿרײט זיך צדיקים, מיט גאָט, שײן פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע איז לױבונג.
2
גיט אַ דאַנק צו גאָט אױף אַ האַרף, אױף אַ גיטאַר פֿון צען סטרונעס שפּילט צו אים.
3
זינגט צו אים אַ נײַ געזאַנג, שפּילט װױל מיט געשאַל.
4
װאָרום רעכטפֿאַרטיק איז דאָס װאָרט פֿון גאָטאון זײַן יעטװעדער טוּונג איז מיט טרײַשאַפֿט.
5
ער האָט ליב רעכט און גערעכטיקײט, מיט דעם חֶסד פֿון גאָט איז פֿול די ערד.
6
מיט אַ װאָרט פֿון גאָט זײַנען די הימלען געמאַכט געװאָרן, און מיט אַ הױך פֿון זײַן מױל זײער גאַנצער חיל.
7
ער זאַמלט װי אַ סטױג די װאַסערן פֿון ים, ער טוט אַרײַן אין שפּײַכלערס די תּהומען.
8
מורא פֿאַר גאָט האָט די גאַנצע ערד, פֿאַר אים פֿאָרכטן אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט.
9
װאָרום ער זאָגט, און עס געשעט, ער באַפֿעלט, און עס באַשטײט.
10
גאָט פֿאַרשטערט דעם באַראָט פֿון די פֿעלקער, ער װערט די מחשבֿות פֿון די אומות.
11
דער באַראָט פֿון גאָט װעט אױף אײביק באַשטײן, די טראַכטונגען פֿון זײַן האַרצן אױף דָור-דורות.
12
װױל צו דעם פֿאָלק װאָס יהוה איז זײַן גאָט, צו דער אומה װאָס ער האָט געװײלט זיך צום אַרב.
13
פֿון הימל לוגט גאָט, ער זעט אַלע מענטשנקינדער;
14
פֿון דעם אָרט פֿון זײַן װױנונג באַטראַכט ער אַלע באַװױנער פֿון דער ערד;
15
ער װאָס פֿורעמט זײער אַלעמענס האַרץ, װאָס פֿאַרשטײט אַלע זײערע מעשׂים.
16
אַ מלך װערט ניט געהאָלפֿן דורך פֿיל חיל, אַ גִבור װערט ניט ניצול דורך גרױס כּוח;
17
אַן אָפּנאַר איז דער פֿערד פֿאַר הילף, און מיט זײַן גרױס כּוח װעט ער ניט מאַכן אַנטרינען.
18
זע, דאָס אױג פֿון גאָט איז אױף די װאָס פֿאָרכטן אים, אױף די װאָס האָפֿן צו זײַן חֶסד,
19
מציל צו זײַן פֿון טױט זײער זעל, און זײ צו דערהאַלטן אין הונגער.
20
אונדזער זעל האָט געהאַרט אױף גאָט, אונדזער הילף און אונדזער שילד איז ער.
21
װאָרום מיט אים פֿרײט זיך אונדזער האַרץ, װאָרום אױף זײַן הײליקן נאָמען האָבן מיר זיך פֿאַרזיכערט.
22
זאָל דײַן חֶסד, גאָט, זײַן אױף אונדז, אַזױ װי מיר האָבן געהאָפֿט צו דיר.