Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ מזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַןזון אַבֿשָלומען. 2 גאָט, װי פֿיל זײַנען מײַנע פֿײַנט! פֿיל די װאָס שטײען אָן אױף מיר! 3 פֿיל זאָגן אױף מײַן זעל: ניטאָ פֿאַר אים קײן הילף בײַ גאָט. סֶלָה. 4 אָבער דו גאָט ביסט אַ שילד פֿאַר מיר, מײַן כּבֿוד און דער דערהײבער פֿון מײַן קאָפּ. 5 מיט מײַן קָול טו איך רופֿן צו גאָט, און ער ענטפֿערט מיר פֿון זײַן הײליקן באַרג. סֶלָה. 6 איך לײג זיך און שלאָף אײַן, איך װאַך אױף, װײַל גאָט לענט מיך אונטער. 7 איך האָב ניט מורא פֿאַר צענטױזנטן פֿאָלק, װאָס האָבן רונד אַרום זיך אָנגעזעצט אױף מיר. 8 שטײ אױף, יהוה, העלף מיך מײַן גאָט, װאָרום האָסט געשלאָגן אַלע מײַנע פֿײַנט אױף דער באַק, די צײן פֿון די רשָעים האָסטו צעבראָכן. 9 בײַ גאָט איז די הילף; זאָל קומען דײַן ברכה אױף דײַן פֿאָלק! סֶלָה.
עברית
1 מִזְמ֥וֹר לְדָוִ֑ד בְּ֝בָרְח֗וֹ מִפְּנֵ֤י אַבְשָׁל֬וֹם בְּנֽוֹ׃ 2 יְ֭הוָה מָֽה־רַבּ֣וּ צָרָ֑י רַ֝בִּ֗ים קָמִ֥ים עָלָֽי׃ 3 רַבִּים֮ אֹמְרִ֪ים לְנַ֫פְשִׁ֥י אֵ֤ין יְֽשׁוּעָ֓תָה לּ֬וֹ בֵֽאלֹהִ֬ים סֶֽלָה׃ 4 וְאַתָּ֣ה יְ֭הוָה מָגֵ֣ן בַּעֲדִ֑י כְּ֝בוֹדִ֗י וּמֵרִ֥ים רֹאשִֽׁי׃ 5 ק֭וֹלִי אֶל־יְהוָ֣ה אֶקְרָ֑א וַיַּֽעֲנֵ֨נִי מֵהַ֖ר קָדְשׁ֣וֹ סֶֽלָה׃ 6 אֲנִ֥י שָׁכַ֗בְתִּי וָֽאִ֫ישָׁ֥נָה הֱקִיצ֑וֹתִי כִּ֖י יְהוָ֣ה יִסְמְכֵֽנִי׃ 7 לֹֽא־אִ֭ירָא מֵרִבְב֥וֹת עָ֑ם אֲשֶׁ֥ר סָ֝בִ֗יב שָׁ֣תוּ עָלָֽי׃ 8 ק֘וּמָ֤ה יְהוָ֨ה הוֹשִׁ֘יעֵ֤נִי אֱלֹהַ֗י כִּֽי־הִכִּ֣יתָ אֶת־כָּל־אֹיְבַ֣י לֶ֑חִי שִׁנֵּ֖י רְשָׁעִ֣ים שִׁבַּֽרְתָּ׃ 9 לַיהוָ֥ה הַיְשׁוּעָ֑ה עַֽל־עַמְּךָ֖ בִרְכָתֶ֣ךָ סֶּֽלָה׃