אידיש
1
פֿון דָוִדן. צו דיר, גאָט, טו איך רופֿן; מײַן פֿעלדז, זאָלסט ניט טױב זײַן צו מיר, װאָרום אַז דו װעסט שװײַגן צו מיר, װעל איך זײַן געגליכן צו די גענידערטע אין גרוב.
2
הער דעם קָול פֿון מײַן געבעט, אַז איך שרײַ צו דיר, אַז איך הײב אױף מײַנע הענט צו דײַן הײליקן טעמפּל.
3
זאָלסט מיך ניט אַװעקציִען מיט די רשָעים, און מיט די טוער פֿון אומרעכט, װאָס רעדן שלום מיט זײערע חבֿרים, און בײז איז אין זײער האַרצן.
4
גיב זײ לױט זײער װערק, און לױט דער שלעכטסקײט פֿון זײערע מעשׂים; לױט דער טוּונג פֿון זײערע הענט גיב זײ, קער זײ אום זײער פֿאַרגעלטונג.
5
װײַל זײ אַכטן ניט אױף די װערק פֿון גאָט, און אױף דער טוּונג פֿון זײַנע הענט, װעט ער זײ צעשטערן און זײ ניט אױפֿבױען.
6
געלױבט איז גאָט, װאָס ער האָט געהערט דעם קָול פֿון מײַנע געבעטן.
7
גאָט איז מײַן שטאַרקײט און מײַן שילד, אױף אים האָט זיך פֿאַרזיכערט מײַן האַרץ, און איך בין געהאָלפֿן געװאָרן. דרום איז לוסטיק מײַן האַרץ, און מיט מײַן געזאַנג טו איך אים דאַנקען.
8
גאָט איז זײ אַ שטאַרקײט, און אַ פֿעסטונג פֿון הילף איז ער זײַן געזאַלבטן.
9
העלף דײַן פֿאָלק, און בענטש דײַן אַרב, און פֿיטער זײ, און טראָג זײ אױף אײביק.