אידיש
1
פֿון דָוִדן. גאָט איז מײַן ליכט און מײַן הילף, פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן? גאָט איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן, פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?
2
אַז די שלעכטסטוער גענענען צו מירצו עסן מײַן פֿלײש – מײַנע דריקער און מײַנע פֿײַנט – װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן.
3
אַז אַ מחנה זאָל לאַגערן אױף מיר, װעט ניט מורא האָבן מײַן האַרץ; אַז אַ מלחמה זאָל אָנשטײן אױף מיר, בין איך פֿון דעסט װעגן זיכער.
4
אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון גאָט, דאָס טו איך בעטן: איך זאָל זיצן אין הױז פֿון גאָטאַלע טעג פֿון מײַן לעבן, צו זען די ליבלעכקײט פֿון גאָט, און זיך צו פֿעדערן אין זײַן טעמפּל.
5
װאָרום ער באַהאַלט מיך אין זײַן בײַדל, אין דעם טאָג פֿון בײז, ער פֿאַרבאָרגט מיך אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון זײַן געצעלט, אױף אַ פֿעלדז טוט ער מיך דערהײבן.
6
און אַצונד װעט זיך הײבן מײַן קאָפּאיבער מײַנע פֿײַנט רונד אַרום מיר, און איך װעל שלאַכטן אין זײַן געצעלט שלאַכטאָפּפֿער מיט געשאַל, איך װעל זינגען און שפּילן צו גאָט.
7
הער, גאָט, מײַן קָול – טו איך רופֿן – און לײַטזעליק מיך, און ענטפֿער מיר.
8
מײַן האַרץ זאָגט פֿאַר דיר: זוכט מײַן פּנים! דײַן פּנים, גאָט, טו איך זוכן.
9
זאָלסט ניט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר, זאָלסט ניט אָפּנײַגן אין צאָרן דײַן קנעכט; ביסט מײַן הילף געװען, זאָלסט מיך ניט אַװעקװאַרפֿן, און זאָלסט מיך ניט פֿאַרלאָזן, גאָט פֿון מײַן ישועה.
10
אַפֿילו מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער זאָלן מיך פֿאַרלאָזן, װעט אָבער גאָט מיך אַרײַננעמען.
11
װײַז מיר, גאָט, דײַן װעג, און פֿיר מיך אין גלײַכן שטעג, פֿון װעגן מײַנע לױערער.
12
זאָלסט מיך ניט געבן אױף דעם באַראָט פֿון מײַנע פֿײַנט; װאָרום פֿאַלשע עדות זײַנען אױפֿגעשטאַנען קעגן מיר, און דער װאָס אָטעמט מיט אומרעכט.
13
װען איך װאָלט ניט געגלױבט צו זען דאָס גוטס פֿון גאָט, אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע! –
14
האָף צו גאָט, זײַ שטאַרק, און זאָל פֿעסט זײַן דײַן האַרץ; יאָ, האָף צו גאָט.