Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. 2 גאָט, מיט דײַן שטאַרקײט פֿרײט זיך דער מלך, און מיט דײַן הילף װי זײער לוסטיק איז ער! 3 דעם באַגער פֿון זײַן האַרצן האָסטו אים געגעבן, און דעם פֿאַרלאַנג פֿון זײַנע ליפּן האָסטו ניט פֿאַרמיטן. סֶלָה. 4 װאָרום דו טראָגסט אים אַנטקעגן ברכות פֿון גוטס, טוסט אָן אױף זײַן קאָפּ פֿון גינגאָלד אַ קרױן. 5 לעבן האָט ער געבעטן בײַ דיר, האָסטו אים געגעבן; אַריכת-ימים אױף אײביק און שטענדיק. 6 גרױס איז זײַן כּבֿוד דורך דײַן הילף, גלאַנץ און שײנקײט טוסטו אױף אים אַרױף. 7 װאָרום דו מאַכסט אים פֿאַר אַ בענטשונג אױף אײביק, דערפֿרײסט אים מיט שִׂמחה פֿאַר דײַן פּנים. 8 װאָרום דער מלך פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט, און דורך דעם חֶסד פֿון אױבערשטן װעט ער ניט אומפֿאַלן. 9 דײַן האַנט װעט דערגרײכן אַלע דײַנע פֿײַנט, דײַן רעכטע װעט דערגרײכן דײַנע שָׂונאים. 10 װעסט זײ מאַכן װי אַ פֿײַעראױװן אין צײַט פֿון דײַן צאָרן; גאָט װעט זײ אומברענגען אין זײַן כּעס, און אַ פֿײַער װעט זײ פֿאַרצערן. 11 זײער פֿרוכט װעסטו אונטערברענגען פֿון דער ערד, און זײער זאָמען פֿון מענטשנקינדער. 12 װאָרום זײ האָבן אָנגעצױגן שלעכטס קעגן דיר; זײ האָבן געטראַכט בײזע געדאַנקען, װעלן זײ ניט אױספֿירן. 13 װאָרום װעסט זײ מאַכן אומקערן דעם רוקן, מיט דײַנע בױגנשטריק װעסטו צילן אױף זײער פּנים. 14 דערהײב דיך, גאָט, אין דײַן שטאַרקײט; מיר װעלן זינגען און לױבן דײַן גבֿורה.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֗חַ מִזְמ֥וֹר לְדָוִֽד׃ 2 יְֽהוָ֗ה בְּעָזְּךָ֥ יִשְׂמַח־מֶ֑לֶךְ וּ֝בִישׁ֥וּעָתְךָ֗ מַה־יגיל מְאֹֽד׃ 3 תַּאֲוַ֣ת לִ֭בּוֹ נָתַ֣תָּה לּ֑וֹ וַאֲרֶ֥שֶׁת שְׂ֝פָתָ֗יו בַּל־מָנַ֥עְתָּ סֶּֽלָה׃ 4 כִּֽי־תְ֭קַדְּמֶנּוּ בִּרְכ֣וֹת ט֑וֹב תָּשִׁ֥ית לְ֝רֹאשׁ֗וֹ עֲטֶ֣רֶת פָּֽז׃ 5 חַיִּ֤ים שָׁאַ֣ל מִ֭מְּךָ נָתַ֣תָּה לּ֑וֹ אֹ֥רֶךְ יָ֝מִ֗ים עוֹלָ֥ם וָעֶֽד׃ 6 גָּד֣וֹל כְּ֭בוֹדוֹ בִּישׁוּעָתֶ֑ךָ ה֥וֹד וְ֝הָדָר תְּשַׁוֶּ֥ה עָלָֽיו׃ 7 כִּֽי־תְשִׁיתֵ֣הוּ בְרָכ֣וֹת לָעַ֑ד תְּחַדֵּ֥הוּ בְ֝שִׂמְחָ֗ה אֶת־פָּנֶֽיךָ׃ 8 כִּֽי־הַ֭מֶּלֶךְ בֹּטֵ֣חַ בַּיהוָ֑ה וּבְחֶ֥סֶד עֶ֝לְי֗וֹן בַּל־יִמּֽוֹט׃ 9 תִּמְצָ֣א יָ֭דְךָ לְכָל־אֹיְבֶ֑יךָ יְ֝מִֽינְךָ תִּמְצָ֥א שֹׂנְאֶֽיךָ׃ 10 תְּשִׁיתֵ֤מוֹ כְּתַנּ֥וּר אֵשׁ֮ לְעֵ֪ת פָּ֫נֶ֥יךָ יְ֭הוָה בְּאַפּ֣וֹ יְבַלְּעֵ֑ם וְֽתֹאכְלֵ֥ם אֵֽשׁ׃ 11 פִּ֭רְיָמוֹ מֵאֶ֣רֶץ תְּאַבֵּ֑ד וְ֝זַרְעָ֗ם מִבְּנֵ֥י אָדָֽם׃ 12 כִּי־נָט֣וּ עָלֶ֣יךָ רָעָ֑ה חָֽשְׁב֥וּ מְ֝זִמָּ֗ה בַּל־יוּכָֽלוּ׃ 13 כִּ֭י תְּשִׁיתֵ֣מוֹ שֶׁ֑כֶם בְּ֝מֵֽיתָרֶ֗יךָ תְּכוֹנֵ֥ן עַל־פְּנֵיהֶֽם׃ 14 ר֣וּמָה יְהוָ֣ה בְּעֻזֶּ֑ךָ נָשִׁ֥ירָה וּֽ֝נְזַמְּרָה גְּבוּרָתֶֽךָ׃