Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. 2 גאָט װעט דיר ענטפֿערן אין טאָג פֿון נױט, דיך װעט שטאַרקן דער נאָמען פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ. 3 ער װעט שיקן דײַן הילף פֿון הײליקטום, און פֿון צִיון װעט ער דיך אונטערלענען. 4 ער װעט אַכטן אױף אַלע דײַנע שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס פֿעטס פֿון דײַן בראַנדאָפּפֿער װעט ער אָננעמען. סֶלָה. 5 ער װעט דיר געבן לױט דײַן האַרצן, און דײַן יעטװעדער באַראָט װעט ער דערפֿילן. 6 מיר װעלן זינגען אין דײַן ישועה, און אין נאָמען פֿון אונדזער גאָט װעלן מיר אַ פֿאָן הײבן; גאָט װעט דערפֿילן אַלע דײַנע פֿאַרלאַנגען. 7 אַצונד װײס איך אַז גאָט העלפֿט זײַן געזאַלבטן, ער װעט אים ענטפֿערן פֿון זײַן הײליקן הימל, מיט די באַהילפֿיקע גבֿורות פֿון זײַן רעכטער האַנט. 8 די מיט רײַטװעגן, און די מיט פֿערד, אָבער מיר װעלן דערמאָנען דעם נאָמען פֿון יהוה אונדזער גאָט. 9 זײ בײגן זיך און פֿאַלן, און מיר הײבן זיך און שטעלן זיך װידער. העלף דו, גאָט! 10 זאָל דער קיניג אונדז ענטפֿערן אין טאָג װאָס מיר רופֿן.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֗חַ מִזְמ֥וֹר לְדָוִֽד׃ 2 יַֽעַנְךָ֣ יְ֭הוָה בְּי֣וֹם צָרָ֑ה יְ֝שַׂגֶּבְךָ֗ שֵׁ֤ם אֱלֹהֵ֬י יַעֲקֹֽב׃ 3 יִשְׁלַֽח־עֶזְרְךָ֥ מִקֹּ֑דֶשׁ וּ֝מִצִּיּ֗וֹן יִסְעָדֶֽךָּ׃ 4 יִזְכֹּ֥ר כָּל־מִנְחֹתֶ֑ךָ וְעוֹלָתְךָ֖ יְדַשְּׁנֶ֣ה סֶֽלָה׃ 5 יִֽתֶּן־לְךָ֥ כִלְבָבֶ֑ךָ וְֽכָל־עֲצָתְךָ֥ יְמַלֵּֽא׃ 6 נְרַנְּנָ֤ה בִּ֘ישׁ֤וּעָתֶ֗ךָ וּבְשֵֽׁם־אֱלֹהֵ֥ינוּ נִדְגֹּ֑ל יְמַלֵּ֥א יְ֝הוָ֗ה כָּל־מִשְׁאֲלוֹתֶֽיךָ׃ 7 עַתָּ֤ה יָדַ֗עְתִּי כִּ֤י הוֹשִׁ֥יעַ יְהוָ֗ה מְשִׁ֫יח֥וֹ יַ֭עֲנֵהוּ מִשְּׁמֵ֣י קָדְשׁ֑וֹ בִּ֝גְבֻר֗וֹת יֵ֣שַׁע יְמִינֽוֹ׃ 8 אֵ֣לֶּה בָ֭רֶכֶב וְאֵ֣לֶּה בַסּוּסִ֑ים וַאֲנַ֓חְנוּ בְּשֵׁם־יְהוָ֖ה אֱלֹהֵ֣ינוּ נַזְכִּֽיר׃ 9 הֵ֭מָּה כָּרְע֣וּ וְנָפָ֑לוּ וַאֲנַ֥חְנוּ קַּ֝֗מְנוּ וַנִּתְעוֹדָֽד׃ 10 יְהוָ֥ה הוֹשִׁ֑יעָה הַ֝מֶּ֗לֶךְ יַעֲנֵ֥נוּ בְיוֹם־קָרְאֵֽנוּ׃