Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן. הער צו, גאָט, גערעכטיקײט, האָרך צו מײַן געשרײ, פֿאַרנעם מײַן תּפֿילה פֿון ליפּן אָן פֿאַלשקײט. 2 פֿון פֿאַר דיר זאָל מײַן משפּט אַרױסגײן, דײַנע אױגן זאָלן זען די ריכטיקײט. 3 האָסט געפּרוּװט מײַן האַרץ, האָסט נאָכגעזוכט בײַ נאַכט, האָסט מיך געלײַטערט, און ניט געפֿונעןאיך זאָל טראַכטן װאָס דאַרף ניט אַריבער מײַן מױל. 4 אין מעשׂים פֿון מענטשן, האָב איך, לױטן װאָרט פֿון דײַנע ליפּן, מיך געהיט פֿון די װעגן פֿון דעם פֿאַרשײַטן. 5 מײַנע טריט האָבן זיך געהאַלטן אָן דײַנע שטעגן, ניט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע פֿיס. 6 איך האָב דיך גערופֿן, װאָרום דו װעסט מיר ענטפֿערן, גאָט; נײַג דײַן אױער צו מיר, הער צו מײַן װאָרט. 7 מאַך װוּנדערלעך דײַנע חסדים, דו װאָס העלפֿסטדי װאָס שיצן זיך פֿון אָנפֿאַלער אין דײַן רעכטער האַנט. 8 היט מיך װי אַ שװאַרצאַפּל פֿון אױג, אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען זאָלסטו מיך פֿאַרבאָרגן 9 פֿון די רשָעים װאָס באַרױבן מיך, מײַנע שָׂונאים אום לעבן װאָס רינגלען מיך אַרום. 10 זײער פֿעט האַרץ האָבן זײ פֿאַרשלאָסן, מיט זײער מױל רעדן זײ האָפֿערדיק. 11 אױף אונדזער טריט האָבן זײ אַצונד אונדז אַרומגערינגלט, זײערע אױגן שטעלן זײ אָן אונדז צו נײַגן צו דער ערד. 12 ער איז געגליכן צו אַ לײב װאָס גלוסט צו פֿאַרצוקן, און צו אַ יונגלײב װאָס זיצט אין פֿאַרבאָרגענישן. 13 שטײ אױף, גאָט, גײ אים אַקעגן, װאַרף אים אַנידער, מאַך אַנטרינען מײַן זעל פֿון דעם רָשע מיט דײַן שװערד, 14 פֿון מענטשן, גאָט, מיט דײַן האַנט – פֿון מענטשן פֿון דער װעלט, װאָס זײער חלק איז בײַם לעבן, און מיט דײַן שאַץ פֿילסטו אָן זײער בױך; זאַט זײַנען זײערע קינדער, און זײ לאָזן זײער שפֿע צו זײערע יונגע. 15 איך אָבער װעל זען דײַן פּנים אין גערעכטיקײט, איך װעל מיך זעטן אױפֿן װאָר מיט דײַן געשטאַלט.
עברית
1 תְּפִלָּ֗ה לְדָ֫וִ֥ד שִׁמְעָ֤ה יְהוָ֨ה צֶ֗דֶק הַקְשִׁ֥יבָה רִנָּתִ֗י הַאֲזִ֥ינָה תְפִלָּתִ֑י בְּ֝לֹ֗א שִׂפְתֵ֥י מִרְמָֽה׃ 2 מִ֭לְּפָנֶיךָ מִשְׁפָּטִ֣י יֵצֵ֑א עֵ֝ינֶ֗יךָ תֶּחֱזֶ֥ינָה מֵישָׁרִֽים׃ 3 בָּ֘חַ֤נְתָּ לִבִּ֨י פָּ֘קַ֤דְתָּ לַּ֗יְלָה צְרַפְתַּ֥נִי בַל־תִּמְצָ֑א זַ֝מֹּתִ֗י בַּל־יַעֲבָר־פִּֽי׃ 4 לִפְעֻלּ֣וֹת אָ֭דָם בִּדְבַ֣ר שְׂפָתֶ֑יךָ אֲנִ֥י שָׁ֝מַ֗רְתִּי אָרְח֥וֹת פָּרִֽיץ׃ 5 תָּמֹ֣ךְ אֲ֭שֻׁרַי בְּמַעְגְּלוֹתֶ֑יךָ בַּל־נָמ֥וֹטּוּ פְעָמָֽי׃ 6 אֲנִֽי־קְרָאתִ֣יךָ כִֽי־תַעֲנֵ֣נִי אֵ֑ל הַֽט־אָזְנְךָ֥ לִ֝֗י שְׁמַ֣ע אִמְרָתִֽי׃ 7 הַפְלֵ֣ה חֲ֭סָדֶיךָ מוֹשִׁ֣יעַ חוֹסִ֑ים מִ֝מִּתְקוֹמְמִ֗ים בִּֽימִינֶֽךָ׃ 8 שָׁ֭מְרֵנִי כְּאִישׁ֣וֹן בַּת־עָ֑יִן בְּצֵ֥ל כְּ֝נָפֶ֗יךָ תַּסְתִּירֵֽנִי׃ 9 מִפְּנֵ֣י רְ֭שָׁעִים ז֣וּ שַׁדּ֑וּנִי אֹיְבַ֥י בְּ֝נֶ֗פֶשׁ יַקִּ֥יפוּ עָלָֽי׃ 10 חֶלְבָּ֥מוֹ סָּגְר֑וּ פִּ֝֗ימוֹ דִּבְּר֥וּ בְגֵאֽוּת׃ 11 אַ֭שֻּׁרֵינוּ עַתָּ֣ה סבבוני עֵינֵיהֶ֥ם יָ֝שִׁ֗יתוּ לִנְט֥וֹת בָּאָֽרֶץ׃ 12 דִּמְיֹנ֗וֹ כְּ֭אַרְיֵה יִכְס֣וֹף לִטְר֑וֹף וְ֝כִכְפִ֗יר יֹשֵׁ֥ב בְּמִסְתָּרֽ͏ִים׃ 13 קוּמָ֤ה יְהוָ֗ה קַדְּמָ֣ה פָ֭נָיו הַכְרִיעֵ֑הוּ פַּלְּטָ֥ה נַ֝פְשִׁ֗י מֵרָשָׁ֥ע חַרְבֶּֽךָ׃ 14 מִֽמְתִ֥ים יָדְךָ֨ יְהוָ֡ה מִֽמְתִ֬ים מֵחֶ֗לֶד חֶלְקָ֥ם בַּֽחַיִּים֮ וצפינך תְּמַלֵּ֪א בִ֫טְנָ֥ם יִשְׂבְּע֥וּ בָנִ֑ים וְהִנִּ֥יחוּ יִ֝תְרָ֗ם לְעוֹלְלֵיהֽ͏ֶם׃ 15 אֲנִ֗י בְּ֭צֶדֶק אֶחֱזֶ֣ה פָנֶ֑יךָ אֶשְׂבְּעָ֥ה בְ֝הָקִ֗יץ תְּמוּנָתֶֽךָ׃