Yiddish
Hebrew
אידיש
1 הַלְלוּיָה. זינגט צו גאָט אַ נײַ געזאַנג, זײַן לױב אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די פֿרומע. 2 זאָל זיך פֿרײען ישׂראל מיט זײַן באַשעפֿער, די קינדער פֿון צִיון זאָלן לוסטיק זײַן מיט זײער מלך. 3 זאָלן זײ לױבן זײַן נאָמען מיט טאַנץ, מיט פּױק און האַרף זאָלן זײ שפּילן צו אים. 4 װאָרום גאָט באַװיליקט זײַן פֿאָלק, ער באַשײנט די געדריקטע מיט הילף. 5 זאָלן די פֿרומע זיך פֿרײען אין כּבֿוד, זאָלן זײ זינגען אױף זײערע געלעגערס. 6 דערהײבונגען פֿון גאָט אין זײער קעל, און אַ צװײשאַרפֿיקע שװערד אין זײער האַנט, 7 צו טאָן אַ נקמה אָן די פֿעלקער, שטראָפֿונגען אױף די אומות; 8 צו שמידן זײערע מלכים אין קײטן, און זײערע אָנגעזעענע אין אײַזערנע רינגען; 9 צו טאָן אױף זײ דעם אָנגעשריבענעם משפּט. שײן װעט דאָס זײַן פֿאַר אַלע זײַנע פֿרומע. הַלְלוּיָה.
עברית
1 הַ֥לְלוּ יָ֨הּ שִׁ֣ירוּ לַֽ֭יהוָה שִׁ֣יר חָדָ֑שׁ תְּ֝הִלָּת֗וֹ בִּקְהַ֥ל חֲסִידִֽים׃ 2 יִשְׂמַ֣ח יִשְׂרָאֵ֣ל בְּעֹשָׂ֑יו בְּנֵֽי־צִ֝יּ֗וֹן יָגִ֥ילוּ בְמַלְכָּֽם׃ 3 יְהַֽלְל֣וּ שְׁמ֣וֹ בְמָח֑וֹל בְּתֹ֥ף וְ֝כִנּ֗וֹר יְזַמְּרוּ־לֽוֹ׃ 4 כִּֽי־רוֹצֶ֣ה יְהוָ֣ה בְּעַמּ֑וֹ יְפָאֵ֥ר עֲ֝נָוִ֗ים בִּישׁוּעָֽה׃ 5 יַעְלְז֣וּ חֲסִידִ֣ים בְּכָב֑וֹד יְ֝רַנְּנ֗וּ עַל־מִשְׁכְּבוֹתָֽם׃ 6 רוֹמְמ֣וֹת אֵ֭ל בִּגְרוֹנָ֑ם וְחֶ֖רֶב פִּֽיפִיּ֣וֹת בְּיָדָֽם׃ 7 לַעֲשׂ֣וֹת נְ֭קָמָה בַּגּוֹיִ֑ם תּֽ֝וֹכֵחֹ֗ת בַּל־אֻמִּֽים׃ 8 לֶאְסֹ֣ר מַלְכֵיהֶ֣ם בְּזִקִּ֑ים וְ֝נִכְבְּדֵיהֶ֗ם בְּכַבְלֵ֥י בַרְזֶֽל׃ 9 לַעֲשׂ֤וֹת בָּהֶ֨ם מִשְׁפָּ֬ט כָּת֗וּב הָדָ֣ר ה֭וּא לְכָל־חֲסִידָ֗יו הַֽלְלוּ־יָֽהּ׃