Yiddish
Hebrew
אידיש
1 הַלְלוּיָה. לױבט גאָט, פֿון די הימלען, לױבט אים אין די הײכן. 2 לױבט אים, אַלע זײַנע מלאכים; לױבט אים, אַלע זײַנע חילות. 3 לױבט אים, זון און לבֿנה; לױבט אים, אַלע ליכטיקע שטערן. 4 לױבט אים, די הימלען פֿון די הימלען, און די װאַסערן װאָס איבער די הימלען. 5 זאָלן זײ לױבן דעם נאָמען פֿון גאָט, װאָרום ער האָט באַפֿױלן, און זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן. 6 און ער האָט זײ אױפֿגעשטעלט אױף שטענדיק, אױף אײביק; ער האָט געשטעלט אַ געזעץ װאָס זאָל ניט פֿאַרגײן. 7 לױבט גאָט, פֿון דער ערד, איר ים-חיות און אַלע תּהומען; 8 פֿײַער און האָגל, שנײ און נעבל; דער שטורעמװינט װאָס טוט זײַן װאָרט; 9 בערג און אַלע הײכן, פֿרוכטבײמער און אַלע צעדערן; 10 חיות און אַלע בהמות, שרצים און געפֿליגלטע פֿױגלען; 11 מלכים פֿון דער ערד און אַלע פֿעלקער, האַרן און אַלע ריכטער פֿון דער ערד; 12 בחורים און אױך יונגפֿרױען, זקנים מיט ייִנגלעך. 13 זײ זאָלן לױבן דעם נאָמען פֿון גאָט, װאָרום זײַן נאָמען אַלײן איז דערהױבן; זײַן גלאַנץ איבער ערד און הימל. 14 און ער האָט דערהײכט דעם האָרן פֿון זײַן פֿאָלק – אַ לױב פֿאַר אַלע זײַנע פֿרומע, פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל, דעם פֿאָלק װאָס איז אים נאָנט. הַלְלוּיָה.
עברית
1 הַ֥לְלוּ יָ֨הּ הַֽלְל֣וּ אֶת־יְ֭הוָה מִן־הַשָּׁמַ֑יִם הֽ͏ַ֝לְל֗וּהוּ בַּמְּרוֹמִֽים׃ 2 הֽ͏ַלְל֥וּהוּ כָל־מַלְאָכָ֑יו הַֽ֝לְל֗וּהוּ כָּל־צבאו 3 הַֽ֭לְלוּהוּ שֶׁ֣מֶשׁ וְיָרֵ֑חַ הַ֝לְל֗וּהוּ כָּל־כּ֥וֹכְבֵי אֽוֹר׃ 4 הַֽ֭לְלוּהוּ שְׁמֵ֣י הַשָּׁמָ֑יִם וְ֝הַמַּ֗יִם אֲשֶׁ֤ר מֵעַ֬ל הַשָּׁמָֽיִם׃ 5 יְֽ֭הַֽלְלוּ אֶת־שֵׁ֣ם יְהוָ֑ה כִּ֤י ה֭וּא צִוָּ֣ה וְנִבְרָֽאוּ׃ 6 וַיַּעֲמִידֵ֣ם לָעַ֣ד לְעוֹלָ֑ם חָק־נָ֝תַ֗ן וְלֹ֣א יַעֲבֽוֹר׃ 7 הַֽלְל֣וּ אֶת־יְ֭הוָה מִן־הָאָ֑רֶץ תַּ֝נִּינִ֗ים וְכָל־תְּהֹמֽוֹת׃ 8 אֵ֣שׁ וּ֭בָרָד שֶׁ֣לֶג וְקִיט֑וֹר ר֥וּחַ סְ֝עָרָ֗ה עֹשָׂ֥ה דְבָרֽוֹ׃ 9 הֶהָרִ֥ים וְכָל־גְּבָע֑וֹת עֵ֥ץ פְּ֝רִ֗י וְכָל־אֲרָזִֽים׃ 10 הַֽחַיָּ֥ה וְכָל־בְּהֵמָ֑ה רֶ֝֗מֶשׂ וְצִפּ֥וֹר כָּנָֽף׃ 11 מַלְכֵי־אֶ֭רֶץ וְכָל־לְאֻמִּ֑ים שָׂ֝רִ֗ים וְכָל־שֹׁ֥פְטֵי אָֽרֶץ׃ 12 בַּחוּרִ֥ים וְגַם־בְּתוּל֑וֹת זְ֝קֵנִ֗ים עִם־נְעָרֽ͏ִים׃ 13 יְהַלְל֤וּ אֶת־שֵׁ֬ם יְהוָ֗ה כִּֽי־נִשְׂגָּ֣ב שְׁמ֣וֹ לְבַדּ֑וֹ ה֝וֹד֗וֹ עַל־אֶ֥רֶץ וְשָׁמָֽיִם׃ 14 וַיָּ֤רֶם קֶ֨רֶן לְעַמּ֡וֹ תְּהִלָּ֤ה לְֽכָל־חֲסִידָ֗יו לִבְנֵ֣י יִ֭שְׂרָאֵל עַֽם־קְרֹב֗וֹ הַֽלְלוּ־יָֽהּ׃