אידיש
1
הַלְלוּיָה; װאָרום גוט איז זינגען צו אונדזער גאָט, װאָרום עס איז ליבלעך; שײן איז דאָס לױבן.
2
גאָט בױט ירושלים, די פֿאַרשטױסענע פֿון ישׂראל װעט ער אײַנזאַמלען;
3
דער װאָס הײלט די צעבראָכענע הערצער, און פֿאַרבינדט זײערע װוּנדן.
4
ער צײלט דעם מספּר פֿון די שטערן, זײ אַלע מיט נעמען רופֿט ער אָן.
5
גרױס איז אונדזער האַר און מאַכטיק אין כּוח, ניטאָ קײן שיעור צו זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.
6
גאָט ריכט אױף די געדריקטע, ער דערנידערט די רשָעים ביז דער ערד.
7
זינגט צו יהוה מיט דאַנק, שפּילט צו אונדזער גאָט אױף דער האַרף.
8
דער װאָס באַדעקט דעם הימל מיט װאָלקנס, װאָס ברײט אָן רעגן פֿאַר דער ערד, װאָס באַשפּראָצט די בערג מיט גראָז.
9
ער גיט דער בהמה איר שפּײַז, די קינדער פֿון ראָב װאָס רופֿן.
10
ניט די גבֿורה פֿון דעם פֿערד באַגערט ער, ניט די שענקלען פֿון דעם מאַן װיל ער.
11
גאָט װיל די װאָס פֿאָרכטן אים, די װאָס האַרן אױף זײַן חֶסד.
12
גיב אַ שבֿח צו יהוה, ירושלים, לױב דײַן גאָט, צִיון.
13
װאָרום ער האָט געשטאַרקט די ריגלען פֿון דײַנע טױערן, ער האָט געבענטשט דײַנע קינדער אין דיר;
14
דער װאָס גיט דײַן געמאַרק שלום, דיך זעטיקט מיט פֿעטס פֿון װײץ;
15
דער װאָס שיקט זײַן אָנזאָג אױף דער ערד – אױף גיך לױפֿט זײַן װאָרט;
16
דער װאָס גיט שנײ אַזױ װי װאָל, פֿראָסט װי אַש טוט ער שפּרײטן.
17
ער װאַרפֿט זײַן אײַז אַזױ װי ברעקלעך; פֿאַר זײַן קעלט װער קען באַשטײן?
18
ער שיקט זײַן װאָרט, און מאַכט זײ צעגײן; ער מאַכט בלאָזן זײַן װינט, רינען װאַסערן.
19
ער זאָגט זײַנע װערטער צו יעקבֿ, זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן צו ישׂראל.
20
ער האָט אַזױ ניט געטאָן צו קײן פֿאָלק, און געזעצן, דערפֿון װײסן זײ ניט. הַלְלוּיָה.