אידיש
1
אַ לױבונג פֿון דָוִדן. איך װעל דיך דערהײבן, מײַן גאָט דער קיניג, און בענטשן דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק.
2
אַלע טאָג װעל איך דיך בענטשן, און רימען דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק.
3
גרױס איז גאָט און זײער גערימט, און זײַן גרױסקײט איז ניט צו דערפֿאָרשן.
4
אַ דָור צו אַ דָור װעט לױבן דײַנע מעשׂים, און דײַנע גבֿורות װעלן זײ אָנזאָגן.
5
די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון דײַן גלאַנץ, און די מעשׂיות פֿון דײַנע װוּנדער װעל איך דערצײלן.
6
און פֿון דער שטאַרקײט פֿון דײַנע פֿאָרכטיקע אױפֿטוען װעט מען רעדן, און דײַן גרױסקײט, זי װעל איך פֿאַרצײלן.
7
די דערמאָנונג פֿון דײַן גרױס גוטסקײט װעט מען אַרױסזאָגן, און דײַן גערעכטיקײט װעט מען באַזינגען.
8
לײַטזעליק און דערבאַרימדיק איז גאָט, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און גרױס אין גענאָד.
9
גוט איז גאָט צו אַלעמען, און זײַן רַחמָנות איז אױף אַלע זײַנע װערק.
10
דיך װעלן לױבן, גאָט, אַלע דײַנע װערק, און דײַנע פֿרומע װעלן דיך בענטשן.
11
די פּראַכט פֿון דײַן מלוכה װעלן זײ דערצײלן, און פֿון דײַן גבֿורה װעלן זײ רעדן;
12
צו לאָזן װיסן די מענטשנקינדער זײַנע גבֿורות, און די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון זײַן מלוכה.
13
דײַן מלוכה איז די מלוכה פֿון אַלע אײביקײטן, און דײַן געװעלטיקונג איז אין אַלע דָור-דורות.
14
גאָט לענט אונטער אַלע געפֿאַלענע, און שטעלט אױף אַלע געבױגענע.
15
די אױגן פֿון אַלעמען קוקן אױס אױף דיר, און דו גיסט זײ זײער עסן אין זײַן צײַט.
16
עפֿנסט דײַן האַנט, און זעטיקסט יעטװעדער לעבעדיקן מיט גוטװיליקײט
17
גערעכט איז גאָט אין אַלע זײַנע װעגן, און גענאָדיק אין אַלע זײַנע מעשׂים.
18
גאָט איז נאָנט צו אַלע װאָס רופֿן אים, צו אַלע װאָס רופֿן אים מיט אמת.
19
ער טוט דעם רָצון פֿון די װאָס פֿאָרכטן אים, און זײער געשרײ הערט ער צו, און העלפֿט זײ.
20
גאָט באַהיט אַלע װאָס האָבן אים ליב, און אַלע רשָעים װעט ער פֿאַרטיליקן.
21
דעם לױב פֿון גאָט זאָל רעדן מײַן מױל, און יעטװעדער לײַב זאָל בענטשן זײַן הײליקן נאָמעןאײביק און שטענדיק.