אידיש
1
פֿון דָוִדן. געלױבט איז גאָט מײַן פֿעלדז, װאָס לערנט מײַנע הענט צו קריג, מײַנע פֿינגער צו מלחמה.
2
מײַן גענאָד און מײַן פֿעסטונג, מײַן טורעם און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען: מײַן שילד און דער װאָס איך שיץ מיך אין אים, דער װאָס אונטערטעניקט מײַן פֿאָלק אונטער מיר.
3
גאָט, װאָס איז דער מענטש, אַז דו זאָלסט זיך קימערן אום אים? און אַ מענטשנקינד, אַז דו זאָלסט אַכטן אױף אים?
4
אַ מענטש איז געגליכן צו אַ הױך, זײַנע טעג זײַנען װי אַ שאָטן װאָס פֿאַרגײט.
5
גאָט, נײַג דײַנע הימלען און זאָלסט אַראָפּנידערן, ריר אָן די בערג, און זײ זאָלן רײכערן.
6
בליץ אַרױס אַ בליץ, און זאָלסט זײ צעשפּרײטן, שיק דײַנע פֿײַלן, און פֿאַרטומל זײ.
7
שטרעק אױס דײַנע הענט פֿון דער הײך, רײַס מיך אַרױס און זײַ מיך מציל פֿון װאַסערן גרױסע, פֿון דער האַנט פֿון פֿרעמדגעבאָרענע,
8
װאָס זײער מױל רעדט פֿאַלשקײט, און זײער רעכטע האַנט איז אַ רעכטע האַנט פֿון ליגן.
9
גאָט, אַ נײַ געזאַנג װעל איך דיר זינגען, אױף אַ גיטאַר פֿון צען סטרונעס װעל איך שפּילן צו דיר,
10
װאָס גיסט הילף צו די מלכים, װאָס רײַסט אַרױס דוד זײַן קנעכט פֿון דער בײזער שװערד.
11
רײַס מיך אַרױס און זײַ מיך מציל פֿון דער האַנט פֿון פֿרעמדגעבאָרענע, װאָס זײער מױל רעדט פֿאַלשקײט, און זײער רעכטע האַנט איז אַ רעכטע האַנט פֿון ליגן.
12
װאָס אונדזערע זין זײַנעןװי אױפֿגעװאַקסענע פֿלאַנצן אין זײער יוגנט; אונדזערע טעכטער װי װינקלזײַלןגעשניצט לױט דעם בױ פֿון אַ טעמפּל;
13
אונדזערע שפּײַכלערס פֿול, אַרױסגעבנדיק אַלערלײ מינים; אונדזערע שאָף אין טױזנטן, אין צענטױזנטן, אױף אונדזערע פֿעלדער;
14
אונדזערע אָקסן באַלאָדן; קײן בראָך, און קײן מינערונג, און קײן װײגעשרײ אין אונדזערע גאַסן –
15
װױל צו דעם פֿאָלק װאָס בײַ אים איז אַזױ, װױל צו דעם פֿאָלק װאָס יהוה איז זײַן גאָט.