Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ מזמור פֿון דָוִדן. גאָט, הער מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם מײַנע געבעטן, אין דײַן טרײַשאַפֿט ענטפֿער מיר, אין דײַן גערעכטיקײט. 2 און זאָלסט ניט גײן אין משפּט מיט דײַן קנעכט, װאָרום קײן לעבעדיקער קען ניט גערעכט זײַן פֿאַר דיר. 3 װאָרום דער פֿײַנט האָט גערודפֿט מײַן זעל, ער האָט צוגעדריקט צו דער ערד מײַן לעבן, ער האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין פֿינצטערנישן, װי געשטאָרבענע פֿון לאַנג אָן. 4 און מײַן געמיט פֿאַרגײט אין מיר, מײַן האַרץ װערט באַנומען אין מיר. 5 איך האָב זיך דערמאָנט די טעג פֿון אַ מאָל, איך האָב געטראַכט אָן אַל דײַן טוּונג; אָן דעם װערק פֿון דײַנע הענט טו איך קלערן. 6 איך האָב אױסגעשפּרײט מײַנע הענט צו דיר, מײַן זעל װי אַ פֿאַרשמאַכט לאַנד צו דיר. סֶלָה. 7 ענטפֿער מיר גיך, גאָט, מײַן געמיט גײט אױס; זאָלסט ניט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר, אַזיסט װעל איך געגליכן זײַן צו די גענידערטע אין גרוב. 8 לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסד, װאָרום אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט. לאָז מיך װיסן דעם װעג װאָס איך זאָל גײן, װאָרום צו דיר האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן זעל. 9 זײַ מיך מציל, גאָט, פֿון מײַנע פֿײַנט; בײַ דיר האָב איך מיך פֿאַרבאָרגן. 10 לערן מיך צו טאָן דײַן רָצון, װאָרום דו ביסט מײַן גאָט; דײַן גוטער גײַסט זאָל מיך פֿירן אױף אַ גלײַכן לאַנד. 11 פֿון דײַן נאָמען װעגן, גאָט, זאָלסטו מיך אױפֿלעבן, אין דײַן גערעכטיקײט זאָלסטו אַרױסציִען פֿון נױט מײַן זעל. 12 און אין דײַן חֶסד זאָלסטו פֿאַרשנײַדן מײַנע פֿײַנט, און אונטערברענגן אַלע װאָס דריקן מײַן זעל, װאָרום איך בין דײַן קנעכט.
עברית
1 מִזְמ֗וֹר לְדָ֫וִ֥ד יְהוָ֤ה שְׁמַ֬ע תְּפִלָּתִ֗י הַאֲזִ֥ינָה אֶל־תַּחֲנוּנַ֑י בֶּאֱמֻנָתְךָ֥ עֲ֝נֵ֗נִי בְּצִדְקָתֶֽךָ׃ 2 וְאַל־תָּב֣וֹא בְ֭מִשְׁפָּט אֶת־עַבְדֶּ֑ךָ כִּ֤י לֹֽא־יִצְדַּ֖ק לְפָנֶ֣יךָ כָל־חָֽי׃ 3 כִּ֥י רָ֘דַ֤ף אוֹיֵ֨ב נַפְשִׁ֗י דִּכָּ֣א לָ֭אָרֶץ חַיָּתִ֑י הוֹשִׁיבַ֥נִי בְ֝מַחֲשַׁכִּ֗ים כְּמֵתֵ֥י עוֹלָֽם׃ 4 וַתִּתְעַטֵּ֣ף עָלַ֣י רוּחִ֑י בְּ֝תוֹכִ֗י יִשְׁתּוֹמֵ֥ם לִבִּֽי׃ 5 זָ֘כַ֤רְתִּי יָמִ֨ים מִקֶּ֗דֶם הָגִ֥יתִי בְכָל־פָּעֳלֶ֑ךָ בְּֽמַעֲשֵׂ֖ה יָדֶ֣יךָ אֲשׂוֹחֵֽחַ׃ 6 פֵּרַ֣שְׂתִּי יָדַ֣י אֵלֶ֑יךָ נַפְשִׁ֓י כְּאֶֽרֶץ־עֲיֵפָ֖ה לְךָ֣ סֶֽלָה׃ 7 מַ֘הֵ֤ר עֲנֵ֨נִי יְהוָה֮ כָּלְתָ֪ה ר֫וּחִ֥י אַל־תַּסְתֵּ֣ר פָּנֶ֣יךָ מִמֶּ֑נִּי וְ֝נִמְשַׁ֗לְתִּי עִם־יֹ֥רְדֵי בֽוֹר׃ 8 הַשְׁמִ֘יעֵ֤נִי בַבֹּ֨קֶר חַסְדֶּךָ֮ כִּֽי־בְךָ֪ בָ֫טָ֥חְתִּי הוֹדִיעֵ֗נִי דֶּֽרֶךְ־ז֥וּ אֵלֵ֑ךְ כִּֽי־אֵ֝לֶיךָ נָשָׂ֥אתִי נַפְשִֽׁי׃ 9 הַצִּילֵ֖נִי מֵאֹיְבַ֥י יְהוָ֗ה אֵלֶ֥יךָ כִסִּֽתִי׃ 10 לַמְּדֵ֤נִי לַֽעֲשׂ֣וֹת רְצוֹנֶךָ֮ כִּֽי־אַתָּ֪ה אֱל֫וֹהָ֥י רוּחֲךָ֥ טוֹבָ֑ה תַּ֝נְחֵ֗נִי בְּאֶ֣רֶץ מִישֽׁוֹר׃ 11 לְמַֽעַן־שִׁמְךָ֣ יְהוָ֣ה תְּחַיֵּ֑נִי בְּצִדְקָתְךָ֓ תוֹצִ֖יא מִצָּרָ֣ה נַפְשִֽׁי׃ 12 וּֽבְחַסְדְּךָ֮ תַּצְמִ֪ית אֹ֫יְבָ֥י וְֽ֭הַאֲבַדְתָּ כָּל־צֹרֲרֵ֣י נַפְשִׁ֑י כִּ֝֗י אֲנִ֣י עַבְדֶּֽךָ׃