Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. 2 דערלײז מיך יהוה פֿון דעם שלעכטן מענטשן, פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן; 3 די װאָס טראַכטן בײז אין האַרצן, אַלע טאָג העצן זײ מלחמות. 4 זײ שאַרפֿן זײער צונג װי אַ שלאַנג, גיפֿט פֿון אַן אָטערשלאַנג איז אונטער זײערע ליפּן. סֶלָה. 5 היט מיך, גאָט, פֿון די הענט פֿון דעם רָשע, פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן; די װאָס טראַכטן אומצושטױסן מײַנע טריט. 6 די האָפֿערדיקע האָבן מיר אַ פּאַסטקע אונטערגעלײגט, און שטריק, זײ האָבן אױסגעשפּרײט אַ נעץ לעבן שטעג, שטרױכלונגען האָבן זײ מיר געשטעלט. סֶלָה. 7 איך זאָג צו יהוה: מײַן גאָט ביסט דו; פֿאַרנעם, יהוה, דעם קָול פֿון מײַנע געבעטן. 8 גאָט דו האַר, די שטאַרקײט פֿון מײַן הילף, האָסט באַשירעמט מײַן קאָפּ אין טאָג פֿון באַװאָפֿענונג; 9 זאָלסט ניט געבן, גאָט, די באַגערן פֿון דעם רָשע, זײַן כּװנה זאָלסטו ניט לאָזן אױספֿירן, אַז זײ זאָלן זיך דערהײבן. סֶלָה. 10 דאָס גיפֿט פֿון מײַנע אַרומרינגלער, דאָס אומגליק פֿון זײערע ליפּן זאָל זײ אַלײן צודעקן. 11 זאָלן פֿאַלן אױף זײ קױלן, אין פֿײַער זאָל ער זײ װאַרפֿן, אין גריבער, אַז זײ זאָלן ניט אױפֿשטײן. 12 דער צונגמענטש זאָל ניט באַשטײן אױף דער ערד, דעם בײזן רױבמענטשן, אים זאָל ער יאָגן צו פֿאַרשטױסונג. 13 איך װײס אַז גאָט װעט טאָן דאָס רעכט פֿון דעם אָרימאַן, די גערעכטיקײט פֿון די באַדערפֿטיקע. 14 פֿאַר װאָר, די צדיקים װעלן דאַנקען דײַן נאָמען, די רעכטפֿאַרטיקע װעלן זיצן פֿאַר דײַן פּנים.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֗חַ מִזְמ֥וֹר לְדָוִֽד׃ 2 חַלְּצֵ֣נִי יְ֭הוָה מֵאָדָ֣ם רָ֑ע מֵאִ֖ישׁ חֲמָסִ֣ים תִּנְצְרֵֽנִי׃ 3 אֲשֶׁ֤ר חָשְׁב֣וּ רָע֣וֹת בְּלֵ֑ב כָּל־י֝֗וֹם יָג֥וּרוּ מִלְחָמֽוֹת׃ 4 שָֽׁנֲנ֣וּ לְשׁוֹנָם֮ כְּֽמוֹ־נָ֫חָ֥שׁ חֲמַ֥ת עַכְשׁ֑וּב תַּ֖חַת שְׂפָתֵ֣ימוֹ סֶֽלָה׃ 5 שָׁמְרֵ֤נִי יְהוָ֨ה מִ֘ידֵ֤י רָשָׁ֗ע מֵאִ֣ישׁ חֲמָסִ֣ים תִּנְצְרֵ֑נִי אֲשֶׁ֥ר חָ֝שְׁב֗וּ לִדְח֥וֹת פְּעָמָֽי׃ 6 טָֽמְנֽוּ־גֵאִ֨ים פַּ֡ח לִ֗י וַחֲבָלִ֗ים פָּ֣רְשׂוּ רֶ֭שֶׁת לְיַד־מַעְגָּ֑ל מֹקְשִׁ֖ים שָֽׁתוּ־לִ֣י סֶֽלָה׃ 7 אָמַ֣רְתִּי לַ֭יהוָה אֵ֣לִי אָ֑תָּה הַאֲזִ֥ינָה יְ֝הוָ֗ה ק֣וֹל תַּחֲנוּנָֽי׃ 8 יְהֹוִ֣ה אֲ֭דֹנָי עֹ֣ז יְשׁוּעָתִ֑י סַכֹּ֥תָה לְ֝רֹאשִׁ֗י בְּי֣וֹם נָֽשֶׁק׃ 9 אַל־תִּתֵּ֣ן יְ֭הוָה מַאֲוַיֵּ֣י רָשָׁ֑ע זְמָמ֥וֹ אַל־תָּ֝פֵ֗ק יָר֥וּמוּ סֶֽלָה׃ 10 רֹ֥אשׁ מְסִבָּ֑י עֲמַ֖ל שְׂפָתֵ֣ימוֹ יכסומו 11 ימיטו עֲלֵיהֶ֗ם גֶּֽחָ֫לִ֥ים בָּאֵ֥שׁ יַפִּלֵ֑ם בְּ֝מַהֲמֹר֗וֹת בַּֽל־יָקֽוּמוּ׃ 12 אִ֥ישׁ לָשׁוֹן֮ בַּל־יִכּ֪וֹן בָּ֫אָ֥רֶץ אִישׁ־חָמָ֥ס רָ֑ע יְ֝צוּדֶ֗נּוּ לְמַדְחֵפֹֽת׃ 13 ידעת כִּֽי־יַעֲשֶׂ֣ה יְ֭הוָה דִּ֣ין עָנִ֑י מִ֝שְׁפַּ֗ט אֶבְיֹנִֽים׃ 14 אַ֣ךְ צַ֭דִּיקִים יוֹד֣וּ לִשְׁמֶ֑ךָ יֵשְׁב֥וּ יְ֝שָׁרִ֗ים אֶת־פָּנֶֽיךָ׃