Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן. דער נידערטרעכטיקער זאָגט אין זײַן האַרצן: ניטאָ קײן גאָט! פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, אומװערדיק באַגײען זײ זיך, קײנער טוט ניט קײן גוטס. 2 גאָט האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער, צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט גאָט. 3 איטלעכער איז אָפּגעקערט, אַלע זײַנען זײ פֿאַרדאָרבן, קײנער טוט ניט קײן גוטס, ניט צו מאָל אײנער. 4 פֿאַר װאָר, דערשפּירן װעלן אַלע טוער פֿון אומרעכט, די װאָס עסן מײַן פֿאָלק װי מע עסט ברױט, די װאָס רופֿן ניט גאָט. 5 אָן אַנגסטן זײ אין אַנגסט, װאָרום גאָט איז מיט דעם גערעכטן דָור. 6 די טראַכטונג פֿון אָרימאַן מאַכט איר צו שאַנד, אָבער גאָט איז זײַן באַשיצונג. 7 װען קומט פֿון צִיון די ישועה פֿון ישׂראל! װען גאָט קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון זײַן פֿאָלק, װעט לוסטיק זײַן יעקבֿ, װעט זיך פֿרײען ישׂראל.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֗חַ לְדָ֫וִ֥ד אָ֘מַ֤ר נָבָ֣ל בְּ֭לִבּוֹ אֵ֣ין אֱלֹהִ֑ים הִֽשְׁחִ֗יתוּ הִֽתְעִ֥יבוּ עֲלִילָ֗ה אֵ֣ין עֹֽשֵׂה־טֽוֹב׃ 2 יְֽהוָ֗ה מִשָּׁמַיִם֮ הִשְׁקִ֪יף עַֽל־בְּנֵי־אָ֫דָ֥ם לִ֭רְאוֹת הֲיֵ֣שׁ מַשְׂכִּ֑יל דֹּ֝רֵשׁ אֶת־אֱלֹהִֽים׃ 3 הַכֹּ֥ל סָר֮ יַחְדָּ֪ו נֶ֫אֱלָ֥חוּ אֵ֤ין עֹֽשֵׂה־ט֑וֹב אֵ֝֗ין גַּם־אֶחָֽד׃ 4 הֲלֹ֥א יָדְעוּ֮ כָּל־פֹּ֪עֲלֵ֫י אָ֥וֶן אֹכְלֵ֣י עַ֭מִּי אָ֣כְלוּ לֶ֑חֶם יְ֝הוָ֗ה לֹ֣א קָרָֽאוּ׃ 5 שָׁ֤ם פָּ֣חֲדוּ פָ֑חַד כִּֽי־אֱ֝לֹהִ֗ים בְּד֣וֹר צַדִּֽיק׃ 6 עֲצַת־עָנִ֥י תָבִ֑ישׁוּ כִּ֖י יְהוָ֣ה מַחְסֵֽהוּ׃ 7 מִ֥י יִתֵּ֣ן מִצִּיּוֹן֮ יְשׁוּעַ֪ת יִשְׂרָ֫אֵ֥ל בְּשׁ֣וּב יְ֭הוָה שְׁב֣וּת עַמּ֑וֹ יָגֵ֥ל יַ֝עֲקֹ֗ב יִשְׂמַ֥ח יִשְׂרָֽאֵל׃