Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿון דָוִדן. איך װעל דיך לױבן מיט מײַן גאַנצן האַרצן, פֿאַר די מאַכטיקע װעל איך דיך באַזינגען. 2 איך װעל זיך בוקן צו דײַן הײליקן טעמפּל, און איך װעל לױבן דײַן נאָמען, פֿאַר דײַן חֶסד און פֿאַר דײַן טרײַשאַפֿט; װאָרום איבער אַל דײַן נאָמען האָסטו געגרײסט דײַן צוזאָג. 3 אין טאָג װאָס איך האָב גערופֿן האָסטו מיר געענטפֿערט, האָסט מיר געמוטיקט מיט שטאַרקײט מײַן זעל. 4 לױבן װעלן דיך, גאָט, אַלע מלכים פֿון דער ערד, װאָרום זײ האָבן געהערט די װערטער פֿון דײַן מױל. 5 און זײ װעלן זינגען פֿון די װעגן פֿון גאָט, װאָרום גרױס איז דער כּבֿוד פֿון גאָט. 6 װאָרום גאָט איז דערהױבן, אָבער ער זעט דעם נידעריקן, און װי הױך ער איז, װײס ער פֿון דער װײַטן. 7 אַז איך גײ אין דער מיט פֿון נױט, לעבסטו מיך אױף; צו להַכעִיס מײַנע פֿײַנט שטרעקסטו אױס דײַן האַנט, און דײַן רעכטע האַנט העלפֿט מיך. 8 גאָט פֿירט אױס פֿאַר מיר; גאָט, דײַן חֶסד איז אױף אײביק; די װערק פֿון דײַנע הענט זאָלסטו ניט פֿאַרלאָזן.
עברית
1 לְדָוִ֨ד אוֹדְךָ֥ בְכָל־לִבִּ֑י נֶ֖גֶד אֱלֹהִ֣ים אֲזַמְּרֶֽךָּ׃ 2 אֶשְׁתַּחֲוֶ֨ה אֶל־הֵיכַ֪ל קָדְשְׁךָ֡ וְא֘וֹדֶ֤ה אֶת־שְׁמֶ֗ךָ עַל־חַסְדְּךָ֥ וְעַל־אֲמִתֶּ֑ךָ כִּֽי־הִגְדַּ֥לְתָּ עַל־כָּל־שִׁ֝מְךָ֗ אִמְרָתֶֽךָ׃ 3 בְּי֣וֹם קָ֭רָֽאתִי וַֽתַּעֲנֵ֑נִי תַּרְהִבֵ֖נִי בְנַפְשִׁ֣י עֹֽז׃ 4 יוֹד֣וּךָ יְ֭הוָה כָּל־מַלְכֵי־אָ֑רֶץ כִּ֥י שָׁ֝מְע֗וּ אִמְרֵי־פִֽיךָ׃ 5 וְ֭יָשִׁירוּ בְּדַרְכֵ֣י יְהוָ֑ה כִּ֥י גָ֝ד֗וֹל כְּב֣וֹד יְהוָֽה׃ 6 כִּי־רָ֣ם יְ֭הוָה וְשָׁפָ֣ל יִרְאֶ֑ה וְ֝גָבֹ֗הַּ מִמֶּרְחָ֥ק יְיֵדָֽע׃ 7 אִם־אֵלֵ֤ךְ בְּקֶ֥רֶב צָרָ֗ה תְּחַ֫יֵּ֥נִי עַ֤ל אַ֣ף אֹ֭יְבַי תִּשְׁלַ֣ח יָדֶ֑ךָ וְת֖וֹשִׁיעֵ֣נִי יְמִינֶֽךָ׃ 8 יְהוָה֮ יִגְמֹ֪ר בַּ֫עֲדִ֥י יְ֭הוָה חַסְדְּךָ֣ לְעוֹלָ֑ם מַעֲשֵׂ֖י יָדֶ֣יךָ אַל־תֶּֽרֶף׃