Yiddish
Hebrew
אידיש
1 בײַ די טײַכן פֿון בָבֿל, דאָרטן זײַנען מיר געזעסן און געװײנט, אַז מיר האָבן זיך דערמאָנט אָן צִיון. 2 אױף די װערבעס װאָס אין אירהאָבן מיר אױפֿגעהאַנגען אונדזערע האַרפֿן; 3 װאָרום דאָרטן האָבן אונדזערע פֿאַנגערפֿאַרלאַנגט פֿון אונדז װערטער פֿון געזאַנג, און אונדזערע פּײַניקער, פֿרײלעכקײט: זינגט אונדז פֿון דעם געזאַנג פֿון צִיון. 4 װי זאָלן מיר זינגען דאָס געזאַנג פֿון גאָטאױף פֿרעמדער ערד? 5 אױב איך װעל דיך פֿאַרגעסן, ירושלים, זאָל מײַן רעכטע האַנט זיך פֿאַרגעסן צו רירן . 6 זאָל צוגעקלעפּט װערן מײַן צונג צו מײַן גומען, אױב איך װעל דיך ניט געדענקען, אױב איך װעל ניט דערמאָנען ירושליםאױף מײַן העכסטער שִׂמחה. 7 געדענק, גאָט, די קינדער פֿון אדוםדעם טאָג פֿון ירושלים; די װאָס האָבן געזאָגט: װאַרפֿט אײַן, װאַרפֿט אײַן ביז צום גרונט אין איר. 8 טאָכטער בָבֿל, דו אָנגעברײטע צו פֿאַרװיסטונג, װױל צו דעם װאָס װעט דיר אָפּצאָלןדײַן טוּונג װאָס דו האָסט אונדז געטאָן; 9 װױל צו דעם װאָס װעט אָננעמען און צעהאַקן דײַנע קלײנע קינדער אָן פֿעלדז.
עברית
1 עַ֥ל נַהֲר֨וֹת בָּבֶ֗ל שָׁ֣ם יָ֭שַׁבְנוּ גַּם־בָּכִ֑ינוּ בְּ֝זָכְרֵ֗נוּ אֶת־צִיּֽוֹן׃ 2 עַֽל־עֲרָבִ֥ים בְּתוֹכָ֑הּ תָּ֝לִ֗ינוּ כִּנֹּרוֹתֵֽינוּ׃ 3 כִּ֤י שָׁ֨ם שְֽׁאֵל֪וּנוּ שׁוֹבֵ֡ינוּ דִּבְרֵי־שִׁ֭יר וְתוֹלָלֵ֣ינוּ שִׂמְחָ֑ה שִׁ֥ירוּ לָ֝֗נוּ מִשִּׁ֥יר צִיּֽוֹן׃ 4 אֵ֗יךְ נָשִׁ֥יר אֶת־שִׁיר־יְהוָ֑ה עַ֝֗ל אַדְמַ֥ת נֵכָֽר׃ 5 אִֽם־אֶשְׁכָּחֵ֥ךְ יְֽרוּשָׁלִָ֗ם תִּשְׁכַּ֥ח יְמִינֽ͏ִי׃ 6 תִּדְבַּ֥ק־לְשׁוֹנִ֨י לְחִכִּי֮ אִם־לֹ֪א אֶ֫זְכְּרֵ֥כִי אִם־לֹ֣א אַ֭עֲלֶה אֶת־יְרוּשָׁלַ֑͏ִם עַ֝֗ל רֹ֣אשׁ שִׂמְחָתֽ͏ִי׃ 7 זְכֹ֤ר יְהוָ֨ה לִבְנֵ֬י אֱד֗וֹם אֵת֮ י֤וֹם יְֽרוּשָׁ֫לָ֥͏ִם הָ֭אֹ֣מְרִים עָ֤רוּ עָ֑רוּ עַ֝֗ד הַיְס֥וֹד בָּֽהּ׃ 8 בַּת־בָּבֶ֗ל הַשְּׁד֫וּדָ֥ה אַשְׁרֵ֥י שֶׁיְשַׁלֶּם־לָ֑ךְ אֶת־גְּ֝מוּלֵ֗ךְ שֶׁגָּמַ֥לְתְּ לָֽנוּ׃ 9 אַשְׁרֵ֤י שֶׁיֹּאחֵ֓ז וְנִפֵּ֬ץ אֶֽת־עֹ֝לָלַ֗יִךְ אֶל־הַסָּֽלַע׃