אידיש
1
גיט אַ דאַנק צו גאָט, װאָרום ער איז גוט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
2
גיט אַ דאַנק צו גאָט פֿון די געטער, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
3
גיט אַ דאַנק צום האַר פֿון די האַרן, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
4
צו דעם װאָס טוט אַלײן גרױסע װוּנדער, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
5
צו דעם װאָס האָט געמאַכט די הימלען מיט פֿאַרשטאַנדיקײט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
6
צו דעם װאָס האָט אױסגעשפּרײט די ערד איבער די װאַסערן, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
7
צו דעם װאָס האָט געמאַכט די גרױסע ליכטער, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;
8
די זון פֿאַר געװעלטיקונג בײַ טאָג, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;
9
די לבֿנה און שטערן פֿאַר געװעלטיקונגען בײַ נאַכט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
10
צו דעם װאָס האָט געשלאָגן מצרַיִם אין זײערע בכורים, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;
11
און אַרױסגעצױגן ישׂראל פֿון צװישן זײ, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;
12
מיט אַ שטאַרקער האַנט און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
13
צו דעם װאָס האָט צעשניטן דעם ים-סוף אין שטיקער, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;
14
און דורכגעפֿירט ישׂראל אין מיטן, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
15
און אַרײַנגעטרײסלט פּרעהן און זײַן חיל אין ים-סוף, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
16
צו דעם װאָס האָט געפֿירט זײַן פֿאָלק אין דער מדבר, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
17
צו דעם װאָס האָט געשלאָגן גרױסע מלכים, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;
18
און געהרגעט שטאַרקע מלכים, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;
19
סיחון דער מלך פֿון אמורי, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;
20
און עוג דעם מלך פֿון בשן, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;
21
און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;
22
אַ נחלה פֿאַר ישׂראל זײַן קנעכט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
23
צו דעם װאָס האָט אין אונדזער דערנידערונג געדאַכט אָן אונדז, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;
24
און אונדז אױסגעלײזט פֿון אונדזערע דריקער, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
25
װאָס גיט ברױט צו יעטװעדער באַשעפֿעניש, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.
26
גיט אַ דאַנק צום גאָט פֿון די הימלען, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.