Yiddish
Hebrew
אידיש
1 הַלְלוּיָה. לױבט דעם נאָמען פֿון גאָט, לױבט, איר קנעכט פֿון גאָט, 2 װאָס שטײט אין הױז פֿון יהוה, אין די הױפֿן פֿון אונדזער גאָטס הױז. 3 לױבט גאָט װאָרום גאָט איז גוט, זינגט צו זײַן נאָמען, װאָרום ער איז ליב. 4 װאָרום גאָט האָט אױסדערװײלט פֿאַר זיך יעקבֿ, ישׂראל פֿאַר זײַן באַזונדער אײגנס. 5 װאָרום איך װײס אַז יהוה איז גרױס, און אונדזער האַר איבער אַלע געטער. 6 אַלץ װאָס גאָט באַגערט, טוט ער, אין הימל און אױף דער ערד, אין די ימען און אַלע תּהומען. 7 ער ברענגט אױף װאָלקנס פֿון עק ערד, ער מאַכט בליצן צום רעגן, ער ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט. 8 ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן די בכורים פֿון מצרַיִם, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה. 9 האָט געשיקט צײכנס און װוּנדער צװישן דיר, מצרַיִם, אױף פּרעהן און אױף אַלע זײַנע קנעכט. 10 ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן פֿיל פֿעלקער, און געהרגעט מאַכטיקע מלכים: 11 סיחון דעם מלך פֿון אמורי, און עוג דעם מלך פֿון בשן, און אַלע קיניגרײַכן פֿון כּנַעַן; 12 און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה, אַ נחלה פֿאַר ישׂראל זײַן פֿאָלק. 13 גאָט, דײַן נאָמען איז אױף אײביק, גאָט, דײַן געדעכעניש איז אױף דָור-דורות. 14 װאָרום גאָט װעט זיך אָננעמען פֿאַר זײַן פֿאָלק, און אױף זײַנע קנעכט װעט ער זיך דערבאַרימען. 15 די געצנבילדער פֿון די פֿעלקער זײַנען זילבער און גאָלד, דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט. 16 זײ האָבן אַ מױל און רעדן ניט, זײ האָבן אױגן און זעען ניט; 17 זײ האָבן אױערן און הערן ניט; ניטאָ צו מאָל אַן אָטעם אין זײער מױל. 18 זאָל װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ, איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ. 19 הױז פֿון ישׂראל, לױבט גאָט; הױז פֿון אַהרֹן, לױבט גאָט; 20 הױז פֿון לֵוי, לױבט גאָט; איר גאָטספֿאָרכטיקע, לױבט גאָט. 21 געלױבט איז פֿון צִיון גאָט, װאָס רוט אין ירושלים. הַלְלוּיָה.
עברית
1 הַ֥לְלוּ יָ֨הּ הַֽ֭לְלוּ אֶת־שֵׁ֣ם יְהוָ֑ה הֽ͏ַ֝לְלוּ עַבְדֵ֥י יְהוָֽה׃ 2 שֶׁ֣֭עֹֽמְדִים בְּבֵ֣ית יְהוָ֑ה בְּ֝חַצְר֗וֹת בֵּ֣ית אֱלֹהֵֽינוּ׃ 3 הַֽ֭לְלוּ־יָהּ כִּי־ט֣וֹב יְהוָ֑ה זַמְּר֥וּ לִ֝שְׁמ֗וֹ כִּ֣י נָעִֽים׃ 4 כִּֽי־יַעֲקֹ֗ב בָּחַ֣ר ל֣וֹ יָ֑הּ יִ֝שְׂרָאֵ֗ל לִסְגֻלָּתֽוֹ׃ 5 כִּ֤י אֲנִ֣י יָ֭דַעְתִּי כִּי־גָד֣וֹל יְהוָ֑ה וַ֝אֲדֹנֵ֗ינוּ מִכָּל־אֱלֹהִֽים׃ 6 כֹּ֤ל אֲשֶׁר־חָפֵ֥ץ יְהוָ֗ה עָ֫שָׂ֥ה בַּשָּׁמַ֥יִם וּבָאָ֑רֶץ בַּ֝יַּמִּ֗ים וְכָל־תְּהוֹמֽוֹת׃ 7 מַֽעֲלֶ֣ה נְשִׂאִים֮ מִקְצֵ֪ה הָ֫אָ֥רֶץ בְּרָקִ֣ים לַמָּטָ֣ר עָשָׂ֑ה מֽוֹצֵא־ר֝וּחַ מֵאֽוֹצְרוֹתָֽיו׃ 8 שֶֽׁ֭הִכָּה בְּכוֹרֵ֣י מִצְרָ֑יִם מֵ֝אָדָ֗ם עַד־בְּהֵמָֽה׃ 9 שָׁלַ֤ח אֹת֣וֹת וּ֭מֹפְתִים בְּתוֹכֵ֣כִי מִצְרָ֑יִם בְּ֝פַרְעֹ֗ה וּבְכָל־עֲבָדָֽיו׃ 10 שֶֽׁ֭הִכָּה גּוֹיִ֣ם רַבִּ֑ים וְ֝הָרַ֗ג מְלָכִ֥ים עֲצוּמִֽים׃ 11 לְסִיח֤וֹן מֶ֤לֶךְ הָאֱמֹרִ֗י וּ֭לְעוֹג מֶ֣לֶךְ הַבָּשָׁ֑ן וּ֝לְכֹ֗ל מַמְלְכ֥וֹת כְּנָֽעַן׃ 12 וְנָתַ֣ן אַרְצָ֣ם נַחֲלָ֑ה נַ֝חֲלָ֗ה לְיִשְׂרָאֵ֥ל עַמּֽוֹ׃ 13 יְ֭הוָה שִׁמְךָ֣ לְעוֹלָ֑ם יְ֝הוָ֗ה זִכְרְךָ֥ לְדֹר־וָדֹֽר׃ 14 כִּֽי־יָדִ֣ין יְהוָ֣ה עַמּ֑וֹ וְעַל־עֲ֝בָדָ֗יו יִתְנֶחָֽם׃ 15 עֲצַבֵּ֣י הַ֭גּוֹיִם כֶּ֣סֶף וְזָהָ֑ב מַ֝עֲשֵׂ֗ה יְדֵ֣י אָדָֽם׃ 16 פֶּֽה־לָ֭הֶם וְלֹ֣א יְדַבֵּ֑רוּ עֵינַ֥יִם לָ֝הֶ֗ם וְלֹ֣א יִרְאֽוּ׃ 17 אָזְנַ֣יִם לָ֭הֶם וְלֹ֣א יַאֲזִ֑ינוּ אַ֝֗ף אֵין־יֶשׁ־ר֥וּחַ בְּפִיהֶֽם׃ 18 כְּ֭מוֹהֶם יִהְי֣וּ עֹשֵׂיהֶ֑ם כֹּ֭ל אֲשֶׁר־בֹּטֵ֣חַ בָּהֶֽם׃ 19 בֵּ֣ית יִ֭שְׂרָאֵל בָּרֲכ֣וּ אֶת־יְהוָ֑ה בֵּ֥ית אַ֝הֲרֹ֗ן בָּרֲכ֥וּ אֶת־יְהוָֽה׃ 20 בֵּ֣ית הַ֭לֵּוִי בָּרֲכ֣וּ אֶת־יְהוָ֑ה יִֽרְאֵ֥י יְ֝הוָ֗ה בָּרֲכ֥וּ אֶת־יְהוָֽה׃ 21 בָּ֘ר֤וּךְ יְהוָ֨ה מִצִּיּ֗וֹן שֹׁ֘כֵ֤ן יְֽרוּשָׁלִָ֗ם הַֽלְלוּ־יָֽהּ׃