Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן, זע, װי גוט און װי ליבאיז דאָס זיצן פֿון ברידער באַנאַנד. 2 אַזױ װי טײַער אײל אױפֿן קאָפּ, װאָס נידערט אַראָפּ אױף דער באָרד – אױף דער באָרד פֿון אַהרֹנען, װאָס נידערט אױפֿן קאָלנער פֿון זײַנע קלײדער; 3 אַזױ װי דער חרמון-טױ װאָס נידערטאױף די בערג פֿון צִיון; װאָרום דאָרטן האָט גאָט באַפֿױלן אַ ברכה, לעבן ביז אײביק.
עברית
1 שִׁ֥יר הַֽמַּעֲל֗וֹת לְדָ֫וִ֥ד הִנֵּ֣ה מַה־טּ֭וֹב וּמַה־נָּעִ֑ים שֶׁ֖בֶת אַחִ֣ים גַּם־יָֽחַד׃ 2 כַּשֶּׁ֤מֶן הַטּ֨וֹב עַל־הָרֹ֗אשׁ יֹרֵ֗ד עַֽל־הַזָּקָ֥ן זְקַֽן־אַהֲרֹ֑ן שֶׁ֝יֹּרֵ֗ד עַל־פִּ֥י מִדּוֹתָֽיו׃ 3 כְּטַל־חֶרְמ֗וֹן שֶׁיֹּרֵד֮ עַל־הַרְרֵ֪י צִ֫יּ֥וֹן כִּ֤י שָׁ֨ם צִוָּ֣ה יְ֭הוָה אֶת־הַבְּרָכָ֑ה חַ֝יִּ֗ים עַד־הָעוֹלָֽם׃