Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. געדענק, גאָט, דָוִדןאַל זײַן פּלאָגן זיך. 2 װי ער האָט געשװאָרן צו גאָט, אַ נדר געטאָן צום מאַכטיקן פֿון יעקבֿ: 3 אױב איך װעל קומען אין געצעלט פֿון מײַן הױז, אױב איך װעל אַרױף אױף דעם בעט פֿון מײַן געלעגער, 4 אױב איך װעל געבן שלאָף צו מײַנע אױגן, צו מײַנע ברעמען שלומער, 5 ביז איך װעל געפֿינען אַן אָרט פֿאַר גאָט, אַ װױנונג פֿאַר דעם מאַכטיקן פֿון יעקבֿ! 6 זע, מיר האָבן געהערט אַז עס איז אין אֶפֿרָת, מיר האָבן עס געפֿונען אין פֿעלד פֿון יַעַר. 7 לאָמיר קומען צו זײַן װױנונג, לאָמיר זיך בוקן צו זײַן פֿוסבענקל. 8 שטײ אױף, גאָט, צו דײַן רו, דו און דער אָרון פֿון דײַן שטאַרקײט. 9 דײַנע כּהנים זאָלן זיך אָנקלײדן אין גערעכטיקײט, און דײַנע פֿרומע זאָלן זינגען. 10 פֿון װעגן דָוִדן דײַן קנעכט, זאָלסט ניט אָפּשטױסן דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן. 11 גאָט האָט אמת געשװאָרן צו דָוִדן, ער װעט זיך ניט אָפּקערן דערפֿון: פֿון דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַבװעל איך זעצן אױף דײַן טראָן. 12 אױב דײַנע זין װעלן היטן מײַן בונד, און מײַן געזעץ װאָס איך װעל זײ לערנען, װעלן אױך זײערע זין ביז אײביקזיצן אױף דײַן טראָן. 13 װאָרום גאָט האָט אױסדערװײלט צִיון, זי געגלוסט פֿאַר זײַן װױנונג: 14 דאָס איז מײַן רוּונג ביז אײביק, דאָ װעל איך זיצן, װײַל איך גלוסט זי. 15 בענטשן װעל איך בענטשן איר שפּײַז, אירע באַדערפֿטיקע װעל איך זעטן מיט ברױט. 16 און אירע כּהנים װעל איך אָנקלײדן אין הילף, און זינגען װעלן זינגען אירע פֿרומע. 17 דאָרטן װעל איך מאַכן שפּראָצן אַ האָרן פֿאַר דָוִדן, איך האָב אָנגעברײט אַ ליכט פֿאַר מײַן געזאַלבטן. 18 זײַנע פֿײַנט װעל איך אָנקלײדן אין שאַנד, און אױף אים װעט שײַנען זײַן קרױן.
עברית
1 שִׁ֗יר הַֽמַּ֫עֲל֥וֹת זְכוֹר־יְהוָ֥ה לְדָוִ֑ד אֵ֝ת כָּל־עֻנּוֹתֽוֹ׃ 2 אֲשֶׁ֣ר נִ֭שְׁבַּע לַיהוָ֑ה נָ֝דַ֗ר לַאֲבִ֥יר יַעֲקֹֽב׃ 3 אִם־אָ֭בֹא בְּאֹ֣הֶל בֵּיתִ֑י אִם־אֶ֝עֱלֶ֗ה עַל־עֶ֥רֶשׂ יְצוּעָֽי׃ 4 אִם־אֶתֵּ֣ן שְׁנַ֣ת לְעֵינָ֑י לְֽעַפְעַפַּ֥י תְּנוּמָֽה׃ 5 עַד־אֶמְצָ֣א מָ֭קוֹם לַיהוָ֑ה מִ֝שְׁכָּנ֗וֹת לַאֲבִ֥יר יַעֲקֹֽב׃ 6 הִנֵּֽה־שְׁמַֽעֲנ֥וּהָ בְאֶפְרָ֑תָה מְ֝צָאנ֗וּהָ בִּשְׂדֵי־יָֽעַר׃ 7 נָב֥וֹאָה לְמִשְׁכְּנוֹתָ֑יו נִ֝שְׁתַּחֲוֶ֗ה לַהֲדֹ֥ם רַגְלָֽיו׃ 8 קוּמָ֣ה יְ֭הוָה לִמְנוּחָתֶ֑ךָ אַ֝תָּ֗ה וַאֲר֥וֹן עֻזֶּֽךָ׃ 9 כֹּהֲנֶ֥יךָ יִלְבְּשׁוּ־צֶ֑דֶק וַחֲסִידֶ֥יךָ יְרַנֵּֽנוּ׃ 10 בַּ֭עֲבוּר דָּוִ֣ד עַבְדֶּ֑ךָ אַל־תָּ֝שֵׁ֗ב פְּנֵ֣י מְשִׁיחֶֽךָ׃ 11 נִשְׁבַּֽע־יְהוָ֨ה לְדָוִ֡ד אֱמֶת֮ לֹֽא־יָשׁ֪וּב מִ֫מֶּ֥נָּה מִפְּרִ֥י בִטְנְךָ֑ אָ֝שִׁ֗ית לְכִסֵּא־לָֽךְ׃ 12 אִֽם־יִשְׁמְר֬וּ בָנֶ֨יךָ בְּרִיתִי֮ וְעֵדֹתִ֥י ז֗וֹ אֲלַ֫מְּדֵ֥ם גַּם־בְּנֵיהֶ֥ם עֲדֵי־עַ֑ד יֵ֝שְׁב֗וּ לְכִסֵּא־לָֽךְ׃ 13 כִּֽי־בָחַ֣ר יְהוָ֣ה בְּצִיּ֑וֹן אִ֝וָּ֗הּ לְמוֹשָׁ֥ב לֽוֹ׃ 14 זֹאת־מְנוּחָתִ֥י עֲדֵי־עַ֑ד פֹּֽה־אֵ֝שֵׁ֗ב כִּ֣י אִוִּתִֽיהָ׃ 15 צֵ֭ידָהּ בָּרֵ֣ךְ אֲבָרֵ֑ךְ אֶ֝בְיוֹנֶ֗יהָ אַשְׂבִּ֥יעַֽ לָֽחֶם׃ 16 וְֽ֭כֹהֲנֶיהָ אַלְבִּ֣ישׁ יֶ֑שַׁע וַ֝חֲסִידֶ֗יהָ רַנֵּ֥ן יְרַנֵּֽנוּ׃ 17 שָׁ֤ם אַצְמִ֣יחַ קֶ֣רֶן לְדָוִ֑ד עָרַ֥כְתִּי נֵ֝֗ר לִמְשִׁיחִֽי׃ 18 א֭וֹיְבָיו אַלְבִּ֣ישׁ בֹּ֑שֶׁת וְ֝עָלָ֗יו יָצִ֥יץ נִזְרֽוֹ׃