Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. פֿון די טיפֿענישן רוף איך דיך, גאָט. 2 גאָט, הער צו מײַן קָול; זאָלן דײַנע אױערן זײַן פֿאַרנעמיקצו דעם קָול פֿון מײַנע געבעטן. 3 אַז דו, גאָט, זאָלסט אַכטן אױף זינד, װער, גאָט, קען באַשטײן? 4 װאָרום בײַ דיר איז פֿאַרגעבונג, דרום װערסטו געפֿאָרכט. 5 איך האָב געהאָפֿט אױף גאָט, געהאָפֿט האָט מײַן זעל, און אױף זײַן װאָרט האָב איך געהאַרט. 6 מײַן זעל קוקט אױס אױף גאָטמער װי װעכטער אױף פֿרימאָרגן, װעכטער אױפֿן פֿרימאָרגן. 7 האַר, ישׂראל, אױף גאָט, װאָרום בײַ גאָט איז גענאָד, און בײַ אים איז גרױס אױסלײזונג. 8 און ער װעט אױסלײזן ישׂראל פֿון אַלע זײַנע זינד.
עברית
1 שִׁ֥יר הַֽמַּעֲל֑וֹת מִמַּעֲמַקִּ֖ים קְרָאתִ֣יךָ יְהוָֽה׃ 2 אֲדֹנָי֮ שִׁמְעָ֪ה בְק֫וֹלִ֥י תִּהְיֶ֣ינָה אָ֭זְנֶיךָ קַשֻּׁב֑וֹת לְ֝ק֗וֹל תַּחֲנוּנָֽי׃ 3 אִם־עֲוֺנ֥וֹת תִּשְׁמָר־יָ֑הּ אֲ֝דֹנָ֗י מִ֣י יַעֲמֹֽד׃ 4 כִּֽי־עִמְּךָ֥ הַסְּלִיחָ֑ה לְ֝מַ֗עַן תִּוָּרֵֽא׃ 5 קִוִּ֣יתִי יְ֭הוָה קִוְּתָ֣ה נַפְשִׁ֑י וְֽלִדְבָר֥וֹ הוֹחָֽלְתִּי׃ 6 נַפְשִׁ֥י לַֽאדֹנָ֑י מִשֹּׁמְרִ֥ים לַ֝בֹּ֗קֶר שֹׁמְרִ֥ים לַבֹּֽקֶר׃ 7 יַחֵ֥ל יִשְׂרָאֵ֗ל אֶל־יְה֫וָה כִּֽי־עִם־יְהוָ֥ה הַחֶ֑סֶד וְהַרְבֵּ֖ה עִמּ֣וֹ פְדֽוּת׃ 8 וְ֭הוּא יִפְדֶּ֣ה אֶת־יִשְׂרָאֵ֑ל מִ֝כֹּ֗ל עֲוֺנֹתָֽיו׃