Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. 2 ביז װאַנען, גאָט, װעסטו מיך תּמיד פֿאַרגעסן? ביז װאַנען װעסטו פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר? 3 ביז װאַנען װעל איך האַלטן עצות בײַ זיך, מיט קומער אין מײַן האַרצן דורכן טאָג? ביז װאַנען װעט מײַן פֿײַנט זיך דערהײבן אױף מיר? 4 קוק-צו, ענטפֿער מיר, יהוה מײַן גאָט, דערלײַכט מײַנע אױגן, איך זאָל ניט אײַנשלאָפֿן צום טױט; 5 מײַן פֿײַנט זאָל ניט זאָגן: איך בין אים בײַגעקומען; מײַנע שָׂונאים זאָלן זיך ניט פֿרײען, אַז איך װעל אומפֿאַלן. 6 אָבער איך פֿאַרזיכער מיך אױף דײַן חֶסד; מײַן האַרץ װעט זיך פֿרײען מיט דײַן הילף; איך װעל זינגען צו גאָט, װאָס ער האָט מיר גוטס געטאָן.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֗חַ מִזְמ֥וֹר לְדָוִֽד׃ 2 עַד־אָ֣נָה יְ֭הוָה תִּשְׁכָּחֵ֣נִי נֶ֑צַח עַד־אָ֓נָה תַּסְתִּ֖יר אֶת־פָּנֶ֣יךָ מִמֶּֽנִּי׃ 3 עַד־אָ֨נָה אָשִׁ֪ית עֵצ֡וֹת בְּנַפְשִׁ֗י יָג֣וֹן בִּלְבָבִ֣י יוֹמָ֑ם עַד־אָ֓נָה יָר֖וּם אֹיְבִ֣י עָלָֽי׃ 4 הַבִּ֣יטָֽה עֲ֭נֵנִי יְהוָ֣ה אֱלֹהָ֑י הָאִ֥ירָה עֵ֝ינַ֗י פֶּן־אִישַׁ֥ן הַמָּֽוֶת׃ 5 פֶּן־יֹאמַ֣ר אֹיְבִ֣י יְכָלְתִּ֑יו צָרַ֥י יָ֝גִ֗ילוּ כִּ֣י אֶמּֽוֹט׃ 6 וַאֲנִ֤י בְּחַסְדְּךָ֣ בָטַחְתִּי֮ יָ֤גֵ֥ל לִבִּ֗י בִּֽישׁוּעָ֫תֶ֥ךָ אָשִׁ֥ירָה לַיהוָ֑ה כִּ֖י גָמַ֣ל עָלָֽי׃