Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף גאָטזײַנען אַזױ װי באַרג צִיון, װאָס רירט זיך ניט; אײביק פֿאַרבלײַבט ער. 2 ירושלים – אַרום איר זײַנען בערג, און גאָט איז אַרום זײַן פֿאָלק, פֿון אַצונד און ביז אײביק. 3 װאָרום דער שטעקן פֿון שלעכטיקײט װעט ניט רועןאױף דעם גורל פֿון די גערעכטע, כּדי די גערעכטע זאָלן ניט אױסשטעקןאין אומגערעכטיקײט זײערע הענט. 4 באַגיטיק, גאָט, די גוטע, און די װאָס זײַנען רעכטפֿאַרטיק אין זײערע הערצער. 5 אָבער די װאָס נײַגן זיך אױף זײערע קרומע װעגן, זײ װעט גאָט אַװעקפֿירן מיט די טוער פֿון אומרעכט. שלום אױף ישׂראל!
עברית
1 שִׁ֗יר הַֽמַּ֫עֲל֥וֹת הַבֹּטְחִ֥ים בַּיהוָ֑ה כְּֽהַר־צִיּ֥וֹן לֹא־יִ֝מּ֗וֹט לְעוֹלָ֥ם יֵשֵֽׁב׃ 2 יְֽרוּשָׁלִַ֗ם הָרִים֮ סָבִ֪יב לָ֥הּ וַ֭יהוָה סָבִ֣יב לְעַמּ֑וֹ מֵ֝עַתָּ֗ה וְעַד־עוֹלָֽם׃ 3 כִּ֤י לֹ֪א יָנ֡וּחַ שֵׁ֤בֶט הָרֶ֗שַׁע עַל֮ גּוֹרַ֪ל הַֽצַּדִּ֫יקִ֥ים לְמַ֡עַן לֹא־יִשְׁלְח֖וּ הַצַּדִּיקִ֨ים בְּעַוְלָ֬תָה יְדֵיהֶֽם׃ 4 הֵיטִ֣יבָה יְ֭הוָה לַטּוֹבִ֑ים וְ֝לִֽישָׁרִ֗ים בְּלִבּוֹתָֽם׃ 5 וְהַמַּטִּ֤ים עַֽקַלְקַלּוֹתָ֗ם יוֹלִיכֵ֣ם יְ֭הוָה אֶת־פֹּעֲלֵ֣י הָאָ֑וֶן שָׁ֝ל֗וֹם עַל־יִשְׂרָאֵֽל׃