Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן. 2 װען ניט גאָט װאָס איז געװען מיט אונדז – זאָל נון זאָגן ישׂראל – װען ניט גאָט װאָס איז געװען מיט אונדז, בעת מענטשן זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף אונדז, 3 דענצמאָל װאָלטן זײ אונדז לעבעדיקערהײט אײַנגעשלונגען, װען זײער צאָרן האָט געגרימט אױף אונדז; 4 דענצמאָל װאָלטן אונדז די װאַסערן פֿאַרפֿלײצט, דער טײַך װאָלט אַריבערגעגאַנגען איבער אונדזער זעל; 5 דענצמאָל װאָלטן אַריבער איבער אונדזער זעלדי מוטװיליקע װאַסערן. 6 געלױבט איז גאָט, װאָס ער האָט אונדז ניט געגעבןפֿאַר רױב צו זײערע צײן. 7 אונדזער זעל איז אַנטרונען געװאָרן װי אַ פֿױגלפֿון די פֿאַנגערס פּאַסטקע; די פּאַסטקע איז צעבראָכן געװאָרן, און מיר זײַנען אַנטרונען געװאָרן. 8 אונדזער הילף איז אין נאָמען פֿון גאָט, דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.
עברית
1 שִׁ֥יר הַֽמַּעֲל֗וֹת לְדָ֫וִ֥ד לוּלֵ֣י יְ֭הוָה שֶׁהָ֣יָה לָ֑נוּ יֹֽאמַר־נָ֝א יִשְׂרָאֵֽל׃ 2 לוּלֵ֣י יְ֭הוָה שֶׁהָ֣יָה לָ֑נוּ בְּק֖וּם עָלֵ֣ינוּ אָדָֽם׃ 3 אֲ֭זַי חַיִּ֣ים בְּלָע֑וּנוּ בַּחֲר֖וֹת אַפָּ֣ם בָּֽנוּ׃ 4 אֲ֭זַי הַמַּ֣יִם שְׁטָפ֑וּנוּ נַ֗֜חְלָה עָבַ֥ר עַל־נַפְשֵֽׁנוּ׃ 5 אֲ֭זַי עָבַ֣ר עַל־נַפְשֵׁ֑נוּ הַ֝מַּ֗יִם הַזֵּֽידוֹנִֽים׃ 6 בָּר֥וּךְ יְהוָ֑ה שֶׁלֹּ֥א נְתָנָ֥נוּ טֶ֝֗רֶף לְשִׁנֵּיהֶֽם׃ 7 נַפְשֵׁ֗נוּ כְּצִפּ֥וֹר נִמְלְטָה֮ מִפַּ֪ח י֫וֹקְשִׁ֥ים הַפַּ֥ח נִשְׁבָּ֗ר וַאֲנַ֥חְנוּ נִמְלָֽטְנוּ׃ 8 עֶ֭זְרֵנוּ בְּשֵׁ֣ם יְהוָ֑ה עֹ֝שֵׂ֗ה שָׁמַ֥יִם וָאָֽרֶץ׃